ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

פֿון שרה זילבערמאַן

Published May 04, 2015, issue of May 29, 2015.

אױסטראַלישע ייִדן שטיצן אונטער געליטענע אין נעפּאַל

פֿיל אױסטראַליש־ייִדישע אָרגאַניזאַציעס שטיצן אונטער די קאָמפּאַניעס צו העלפֿן די געליטענע פֿון נעפּאַל נאָכן ערד־ציטערניש, װאָס האָט דערװײַל אומגעבראַכט העכער 5000 מענטשן. אַ טײל פֿון די אָרגאַניזאַציעס גיבן געלט דורך זײערע צװײַגן אין מדינת־ישׂראל, אַזױ װי דער „מגן־דוד־אדום‟ און דער „שערי־צדק‟־שפּיטאָל. די חב”ד־שילן און אַ כּשרער רעסטאָראַן זאַמלען געלט פֿאַר חב”ד אין נעפּאַל. דער „דזשױנט‟ און דער לאָקאַלער פֿאַראײן פֿון ייִדישע אוניװערסיטעט־סטודענטן זאַמלען אױך געלט פֿאַר נעפּאַל.

דער „לאָבי‟ װעט פֿאַרריכטן זײַנע אַדמיניסטראַטיװע דורכפֿאַלן

דער פּרעזידענט פֿונעם „אױסטרעליען דזשויִש קאָמיונעל לאָבי‟ האָט געמאָלדן, אַז נישט אַלע דירעקטאָרן פֿון דער אָרגאַניזאַציע האָבן געגעבן זײער הסכּמה צו װערן דירעקטאָרן, כאָטש ער אַלײן האָט געמײנט, אַז אַלע רעלעװאַנטע פּראָטאָקאָלן זײַנען דורכגעפֿירט געװאָרן, װען די אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געװאָרן. ער זאָגט, אַז דער „לאָבי‟ װעט פֿאַרריכטן אַלע אַדמיניסטראַטיװע פּראָבלעמען זײַנע, און װעט דערנאָך פֿאָרזעצן זײַן אַרבעט לטובֿת ייִדן און מדינת־ישׂראל.

די לײבאָר־פּאַרטײ לײקנט אירע פּלענער צו אָנערקענען פּאַלעסטינע

דער געוועזענער אויסערן־מיניסטער פֿון דער „לייבאָר־פּאַרטיי‟, באָב קאַר, וועלכער האָט דערקלערט, אַז די פּאַרטײ פּלאַנירט צו ענדערן איר שטעלונג צו פּאַלעסטינע בײַ איר קומענדיקער קאָנפֿערענץ
דער געוועזענער אויסערן־מיניסטער פֿון דער „לייבאָר־פּאַרטיי‟, באָב קאַר, וועלכער האָט דערקלערט, אַז די פּאַרטײ פּלאַנירט צו ענדערן איר שטעלונג צו פּאַלעסטינע בײַ איר קומענדיקער קאָנפֿערענץ

אַ פֿאָרשטײער פֿונעם הױפּט פֿון דער אױסטראַלישער לײבאָר־פּאַרטײ האָט געלײקנט, אַז די פּאַרטײ פּלאַנירט צו אָנערקענען פּאַלעסטינע װי אַן אומאָפּהענגיק לאַנד אין ליכט פֿון בנימין נתניהוס מעלדונג, אַז זײַן רעגירונג װעט נישט אַרבעטן לטובֿת אַ צװײ־שטאַטישער לײזונג צו די אומרוען אין מיטעלן מיזרח. דער געװעזענער לײבאָר אױסערן־מיניסטער האָט געמאָלדן אױף טעלעװיזיע, אַז די פּאַרטײ פּלאַנירט צו ענדערן איר שטעלונג צו פּאַלעסטינע בײַ איר קומענדיקער קאָנפֿערענץ. לױט זײַן פֿאַרטרעטער איז דער איצטיקער הױפּט פֿון דער פּאַרטײ גוט אין כּעס אױפֿן געװעזענעם מיניסטער פֿאַר זײַן מעלדונג, זאָגנדיק, אַז די מעלדונג באַשעדיקט די רעפּוטאַציע פֿון דער פּאַרטײ.