ISIS נעמט אַחריות פֿאַר טעקסאַס־שיסערײַ

ISIS Claims Responsibility for Texas Shooting

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 05, 2015, issue of May 29, 2015.

פּאַמעלאַ געלער, וועלכע האָט אָרגאַניזירט די אַנטי־מאָהאַמעד קונסט־אויסשטעלונג, וואָס די טעראָריסטטן האָבן אַטאַקירט
פּאַמעלאַ געלער, וועלכע האָט אָרגאַניזירט די אַנטי־מאָהאַמעד קונסט־אויסשטעלונג, וואָס די טעראָריסטטן האָבן אַטאַקירט

דינסטיק האָט די דזשיהאַד־אָרגאַניזאַציע ISIS דערקלערט, אַז זי טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן אַטאַק מצד צוויי מיליטאַנטן, זונטיק, אויף אַ בנין אין גאַרלאַנד, טעקסאַס, בעת אַן אויסשטעלונג פֿון מאָהאַמעד־קאַרטונס. ס׳איז דאָס ערשטע מאָל, וואָס ISIS זאָגט, אַז זי האָט דורכגעפֿירט אַן אַטאַק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

אַ זיכערהייט־וועכטער איז פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן אין פֿוס, אָבער קיינער פֿון די באַזוכער פֿון דער אויסשטעלונג איז נישט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן. ביידע מיליטאַנטן, עלטאָן סימפּסאָן און נאַדיר סופֿי — ביידע פֿון פֿיניקס, אַריזאָנע — זענען דערשאָסן געוואָרן אויף טויט. סימפּסאָן איז זינט 2006 געווען פֿאַרדעכטיקט דורך דער „עף־בי־אײַ‟ ווי אַ סימפּאַטיזירער פֿון דזשיהאַד און איז אַרעסטירט געוואָרן אין 2010 פֿאַר פּרוּוון זיך אָנשליסן אין אַ דזשיהאַד־גרופּע אין סאָמאַליע.

די „מאָהאַמעד קונסט־אויסשטעלונג און קאָנקורס‟ איז אָרגאַניזירט געוואָרן פֿון דער „איניציאַטיוו צו פֿאַרטיידיקן די אַמעריקאַנער פֿרײַהייט‟ (AFDI) — אַ קערפּערשאַפֿט אָנגעפֿירט פֿון דער אַנטי־איסלאַם אַקטיוויסטקע פּאַמעלאַ געלער, וועלכע האָט לעצטנס אָנגעקלאָגט דער ניו־יאָרקער טראַנספּאָרטאַציע־אינסטאַנץ, כּדי צו צווינגען די אַגענטור צו דערלויבן אַנטי־מוסולמענישע רעקלאַמעס אויף די אונטערבאַן־סטאַנציעס.

שוין יאָרן לאַנג, וואָס געלערס קריטיקער באַצייכענען זי ווי אַן איסלאַמאָפֿאָבישע עקסטרעמיסטין. אָבער געלער איז הײַנט אַ ממשותדיקער כּוח אין דער אַנטי־איסלאַם באַוועגונג דאָ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

ווי עס גיט איבער פּאָל בערגער אינעם Forward, באַקומט די „איניציאַטיוו‟ אַלץ מער און מער פֿאָנדן פֿון אירע פֿינאַנציעלע שטיצער. אין 2013 האָט זי באַקומען כּמעט $960,000, לויט דער לעצטער שטײַער־דעקלעראַציע. דאָס איז אויף $160,000 מער ווי אין 2012, און $19,000 מער ווי אין 2011, ווען די אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געוואָרן. ווי אַ פּועל־יוצא האָט די „איניציאַטיוו‟ אויסגעגעבן כּמעט $400,000 אין 2013 אין קאַמפּאַניעס קעגן, ווי זי רופֿט עס, דעם „פֿאַרראַט‟ מצד דער פֿעדעראַלער און די שטאַט־רעגירונגען, און מצד דער מעדיאַ „וואָס שייך זײער קאַפּיטולאַציע פֿאַרן גלאָבאַלן דזשיהאַד און דער איסלאַמישער העגעמאָניע… און זייערע באַמיִונגען אַרויפֿצוצווינגען סאָציאַליזם און מאַרקסיזם אויף די אַמעריקאַנער בירגער‟.

אינעם זעלבן יאָר, האָט די אָרגאַניזאַציע צום ערשטן מאָל באַצאָלט געלערן שׂכירות פֿון כּמעט $200,000.