קריטישער מאָמענט פֿאַר נתניהו

Crunch Time for Netanyahu

Getty Images

פֿון „האָרץ‟

Published May 06, 2015, issue of May 29, 2015.

הגם דער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט במשך פֿונעם לעצטן מעת־לעת מיטגעמאַכט אַ קריזיס צוליב דער רעזיגנאַציע פֿונעם אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן — און דערבײַ פֿאַרלוירן 6 ערטער — וועט ער מסתּמא באַווײַזן צו קריגן די 61 ערטער פֿאַר אַ רעגירונג, האָבן די קאָמענטאַטאָרס דינסטיק באַמערקט.

נאָכן אונטערשרײַבן אַ קאָאַליציע־אָפּמאַך מיט „ש״ס‟ מאָנטיק, און נאָך דער מעלדונג פֿון ליבערמאַן, דער הויפּט פֿון „ישׂראל ביתינו‟, אַז ער רעזיגנירט פֿון זײַן פּאָסטן ווי אויסערן־מיניסטער און ברענגט זײַן פּאַרטיי צו דער אָפּאָזיציע, האָט „ליכּוד‟ תּיכּף אָנגעהויבן דריקן אויף נפֿתּלי בענעט, פֿון „הבית היהודי‟, אונטערצושרײַבן אַ קאָאַליציע־אָפּמאַך. „ליכּוד‟ האָט געוואָרנט בענעט, אַז אויב ער וועט זיך אָפּזאָגן דערפֿון, וועט מען מוזן שאַפֿן אַ לינק־געשטימטע רעגירונג.

ווי אַ רעזולטאַט, האָט בענעטס פּאַרטיי אים געפּרוּווט איבערצײַגן צו פֿאָדערן כאָטש אַ הויך־ראַנגיקן פּאָרטפֿעל — אויסערן־מיניסטער אָדער שוץ־מיניסטער. אָבער דינסטיק, פֿאַרשטייענדיק, אַז נתניהו וועט מסתּמא וועלן אָנהאַלטן דעם אויסערן־מיניסטעריום כּדי אַרײַנצוברענגען אַנדערע קאָאַליציע־פּאַרטנערס, האָט „הבית היהודי‟ געפֿאָדערט, אַז איר דעפּוטאַט, איילת שקד, זאָל באַשטימט ווערן ווי די יוסטיץ־מיניסטאָרין.

בענעט און שקד ווילן ניצן דעם יוסטיץ־מיניסטעריום אײַנצופֿירן אַ ריי רעפֿאָרמען אין דער געריכט־סיסטעם. זייער ציל איז אָפּצושוואַכן דעם כּוח פֿונעם העכסטן געריכט אָפּצוּוואַרפֿן די געזעץ־פּראָיעקטן, וואָס די כּנסת לייגט פֿאָר.

„בית יהודי‟ איז, אַ פּנים, אויך אויפֿגעבראַכט וועגן דעם קאָאַליציע־אָפּמאַך, וואָס „ליכּוד‟ האָט אונטערגעשריבן מיט „ש״ס‟, ווײַל דאָס מיינט, אַז „ש״ס‟ וועט קאָנען אַנולירן די רעפֿאָרמען, וואָס „בית יהודי‟ האָט לעצטנס אײַנגעפֿירט לטובֿת די רעליגיעזע ציוניסטן.

לויטן געזעץ, מוז נתניהו, ביז האַלבער נאַכט מיטוואָך, לאָזן וויסן דעם פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין, צי ער האָט באַוויזן צו שאַפֿן אַ קאָאַליציע. אויב ער איז מצליח, קאָן די נײַע רעגירונג אײַנגעשוווירן ווערן דעם קומעדיקן מאָנטיק. אויב נישט, מוז ריבֿלין געפֿינען אַ צווייטן כּנסת־דעפּוטאַט, וואָס קאָן צונויפֿשטעלן די קאָאַליציע, און דער מענטש וואָלט מסתּמא געווען יצחק הערצאָג, דער פֿירער פֿון „דער ציוניסטישער פֿאַרבאַנד‟, די צווייט־גרעסטע פֿראַקציע אין דער כּנסת.