מיליבענד רעזיגנירט נאָך דער וואַלן־מפּלה

Miliband Resigns After Crushing Loss

עד מיליבענד
Getty Images
עד מיליבענד

פֿון וויליאַם דזשיימס און קײַלי מאַק׳לעלאַן (Forward)

Published May 08, 2015, issue of May 29, 2015.

פֿרײַטיק, דעם 8טן מײַ, האָט עד מיליבענד, דער פֿאָרזיצער פֿון דער בריטישער אַרבעטער־פּאַרטיי, רעזיגנירט פֿון זײַן פּאָזיציע, נאָך דער וואַלן־מפּלה פֿון זײַן פּאַרטיי.

די קאָנסערוואַטאָרן, בראָש מיטן פּרעמיער־מיניסטער, דייוויד קאַמעראָן, האָבן געוווּנען די מערהייט אינעם פּאַרלאַמענט מיט אַ שטאַרקן איבערוואָג. אַנשטאָט איבערצונעמען די מאַכט אָדער צו פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער רעגירונג, האָט די אַרבעטער־פּאַרטיי פֿאַרשפּילט די קאָנסערוואַטיווע פּאָליטיקער, וואָס וועלן פֿון איצט אָן בלײַבן דער איינציקער פֿירנדיקער כּוח.

מיליבענד האָט געהאָפֿט צו ווערן דער ערשטער ייִדישער פּרעמיער־מיניסטער אין דער בריטישער געשיכטע. לכל־הפּחות, האָט זײַן פּאַרטיי אַרויסגעקוקט צו דערגרייכן אַ פּאָליטישן „רעמי‟ און צעטיילן די פּאַרלאַמענט־כּוחות אין אַן אומקלאָרן באַלאַנס צווישן מיליבענדס און קאַמעראָנס לײַט. למעשׂה, ווי דער קאָנסערוואַטיווער פּרעמיער האָט זיך אויסגעדריקט, האָט זײַן פּאַרטיי אָפּגעהאַלטן „דעם סאַמע זיסטן נצחון‟.

די קלאָרע וואַלן־רעזולטאַטן מיינען אָבער, אַז די צוקונפֿט פֿון גרויס־בריטאַניע בלײַבט דווקא אומקלאָר. עס קאָן זײַן, אַז דאָס לאַנד וועט אַרויס פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און זיך אַפֿילו צעפֿאַלן. אין סעפּטעמבער, האָבן די שאָטלענדער באַשלאָסן בעת דעם רעפֿערענדום, אַז שאָטלאַנד וועט דערווײַל בלײַבן אַ טייל פֿון דער פֿאַראייניקטער בריטישער קיניגרײַך. צוליב דעם איצטיקן נצחון פֿון קאַמעראָנס קאָנסערוואַטאָרן, וועט שאָטלאַנד מער נישט שפּילן קיין מערקווירדיקע ראָלע אין דער בריטישער רעגירונג. עס קאָן זײַן, אַז צוליב אַזאַ מצבֿ וועלן די סעפּאַראַטיסטן ווידער באַטראַכטן דעם ענין און געווינען.

דער 48־יאָריקער קאַמעראָן, וועלכער האָפֿט אָפּצוהיטן די נאַציאָנאַלע אייניקייט פֿון דער פֿאַראייניקטער קיניגרײַך, האָט שוין באַמערקט, אַז די פֿראַגע פֿונעם שאָטלענדישן סעפּאַראַטיזם וועט, מסתּמא, ווערן דער ערשטער גרויסער קאָפּ־ווייטיק פֿון דער נײַער רעגירונג. דערצו, האָט דער קאָנסערוואַטיווער פּרעמיער צוגעזאָגט אָפּצושטימען, צי בריטאַניע זאָל בלײַבן אַ מיטגליד פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד. דער פּרעמיער אַליין גלייבט, אַז ס׳איז כּדאַי אָנצוהאַלטן די מיטגלידשאַפֿט, אָבער איז נישט צופֿרידן מיט די תּנאָים פֿון די באַציִונגען מיטן אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט אין בריסל.

קאַמעראָן האָט זיך אַליין פֿאַרחידושט, אַז זײַן פּאַרטיי האָט אָפּגעהאַלטן אַזאַ שטאַרקן נצחון, נאָך וועלכן די קאָנסערוואַטאָרן וועלן צום ערשטן מאָל זינט 1992 בלײַבן דער איינציקער רעגירונג־כּוח. צווישן די מעגלעכע סיבות פֿון מיליבענדס מפּלה איז זײַן לאַוו־דווקא גוטע באַציִונג מיטן אַרבעטער־קלאַס. דער לאָנדאָנער סאָציאַליסט האָט דורכגעפֿירט אַ מעכטיקע וואַלן־קאַמפּאַניע; אַ סך זײַנע שטיצער האָבן אים אָבער נישט געהאַלטן פֿאַר אַ פֿאַרלאָזלעכן מענטש, וואָס פֿאַרשטייט די באַדערפֿענישן פֿון די אָרעמע מאַסן.

ביז הײַנט, איז די אַרבעטער־פּאַרטיי געווען פּאָפּולער אין שאָטלאַנד. נאָך די איצטיקער וואַלן, האָבן כּמעט אַלע שאָטלענדישע פּאַרלאַמענט־ערטער, 56 פֿון 59, פֿאַרנומען די נאַציאָנאַליסטן.