גורל פֿון „טעאָלאָגישן סעמינאַר‟־ביבליאָטעק

What Exactly is the Plan for the JTS Library?

ד״ר דוד קריימער, דער דירעקטאָר פֿון דער ביבליאָטעק, אינעם צימער פֿון זעלטענע ביכער
ד״ר דוד קריימער, דער דירעקטאָר פֿון דער ביבליאָטעק, אינעם צימער פֿון זעלטענע ביכער

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published May 10, 2015, issue of May 29, 2015.
ד״ר יוסי חיות זאָרגט זיך ווי אַזוי ער וועט קאָנען פֿאָרשן די קבלה־דיאַגראַמען פֿון 16טן יאָרהונדערט, בלויז דורך דיגיטאַלישע אימאַזשן
ד״ר יוסי חיות זאָרגט זיך ווי אַזוי ער וועט קאָנען פֿאָרשן די קבלה־דיאַגראַמען פֿון 16טן יאָרהונדערט, בלויז דורך דיגיטאַלישע אימאַזשן

ווען ד״ר יוסי חיות, אַ ייִדישער היסטאָריקער אינעם חיפֿהר אוניווערסיטעט, וויל איבערקוקן די קבלה־מגילות פֿונעם 16טן יאָרהונדערט פֿאַר זײַנער אַ פֿאָרש־אַרבעט, ווייסט ער פּונקט וווּהין צו גיין. ער פֿאָרט אַריבער קיין ניו־יאָרק, און פֿאַרברענגט אַ טאָג־צוויי אין דער ביבליאָטעק פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, באַקאַנט אויף ענגליש ווי JTS. „זי איז איינע פֿון די בעסטע פֿאָרש־ביבליאָטעקן אויף דער וועלט,‟ זאָגט ער.

טאַקע דערפֿאַר איז אים געווען אַ חידוש, ווען ער האָט, אין אַפּריל, עטלעכע טעג פֿאַר זײַן וויזיט, באַקומען אַ בליצבריוו פֿון אַן אָנגעשטעלטן אין דער ביבליאָטעק, וואָס האָט געוואָרנט: „אויב דו ווילסט זען די מגילות, מוזסטו איצט קומען, ווײַל די צעשטער־מאַשין איז שוין אויפֿן וועג…‟

זינט דער ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר — די הויפּט־רבנים־שול פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג — האָט געמאָלדן אין יאַנואַר, אַז מע וועט אַראָפּרײַסן איר וועלט־באַרימטע ביבליאָטעק און בויען אַ שפּאָגל־נײַע, אויסגעשטאַט מיט דער לעצטער טעכנאָלאָגיע, האָט עס בײַ געוויסע מענטשן אַרויסגערופֿן באַגײַסטערונג, אָבער בײַ אַנדערע — אַ ממשותדיקע זאָרג.

דאָס איבערבויען די ביבליאָטעק איז בלויז איין טייל פֿון אַ ריזיקן פּראָיעקט, וואָס דער „סעמינאַר‟ האָט זיך אונטערגענומען, אין וועלכן ס׳וועלן פֿאַרקויפֿט ווערן צוויי פֿון זײַנע אינטערנאַט־בנינים (און נאָך וויכטיקער — די לופֿט־רעכט) צו בוי־אונטערנעמער, וואָס וועלן דערנאָך אַראָפּרײַסן די געבײַדעס, און אַנשטאָט זיי — אויפֿשטעלן אַ הויכן בנין, וואָס וועט אַרײַננעמען די נײַע ביבליאָטעק, אַ קאָנפֿערענץ־צענטער און אַן אינטערנאַט. די העכערע גאָרנס וועט דער אונטערנעמער מסתּמא פֿאַרוואַנדלען אין קאָנדאָמיניומס.

פֿונעם קוקווינקל פֿונעם ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס די פֿאַרוואַלטונג האָט באַשלאָסן צו פֿאַרקויפֿן די בנינים און בויען אַ נײַעם. זינט דעם פֿינאַנציעלן קריזיס פֿון 2008, האָט די אינסטיטוציע געליטן פֿון אַ צאָל פֿינאַנציעלע שוועריקייטן. אין 2010, למשל, איז אַנטפּלעקט געוואָרן, אַז דער „סעמינאַר‟ האָט אַ דעפֿיציט פֿון 3.8 מיליאָן דאָלאַר; האָט מען, ווי אַ רעזולטאַט, באַזײַטיקט עטלעכע הויך־ראַנגיקע פּאָסטנס פֿון דער חזנות־שול.

אין דער זעלבער צײַט איז אָבער די געגנט אַרום דעם טעאָלאָגישן סעמינאַר — דרום־האַרלעם — ממשותדיק אויפֿגעלעבט געוואָרן, און במילא זענען די פּרײַזן פֿון הײַזער אויך שטאַרק געשטיגן. „דאָס איז אַ מתּנה, וואָס איז ממש אַרײַנגעפֿאַלן אינעם שויס פֿון דער JTS־פֿאַרוואַלטונג,‟ האָט ד״ר יהודית האַופּטמאַן, אַ תּלמוד־פּראָפֿעסאָרין אינעם „סעמינאַר‟, באַמערקט.