ישׂראל און דײַטשלאַנד — אַ „גאָלדענע חתונה‟

Germany and Israel Mark Golden Anniversary as Friends

דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט, שמעון פּערעס, באַלוינט די דײַטשישע קאַנצלערין, אַנגעלאַ מערקעל, מיט אַ ספּעציעלן פּרעזידענטישן מעדאַל פֿאַר אירע וואַרעמע באַציִונגען מיט זײַן לאַנד
Getty Images
דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט, שמעון פּערעס, באַלוינט די דײַטשישע קאַנצלערין, אַנגעלאַ מערקעל, מיט אַ ספּעציעלן פּרעזידענטישן מעדאַל פֿאַר אירע וואַרעמע באַציִונגען מיט זײַן לאַנד

פֿון טאָבי אַקסעלראָד (ייִט״אַ)

Published May 10, 2015, issue of May 29, 2015.

דעם הײַנטיקן חודש, מערקן אָפּ ישׂראל און דײַטשלאַנד דעם 50־יאָריקן יוביליי פֿון די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן די צוויי לענדער. צוליב דער טרויעריק באַרימטער ראָלע, וואָס דײַטשלאַנד האָט געשפּילט אינעם ייִדישן חורבן, זענען די דאָזיקע באַציִונגען, אָנגעקניפּט מיט 20 יאָר נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, אָנגעגאַנגען צומאָל גאַנץ שווער און קאָמפּליצירט.

מיט 14 יאָר פֿאַרן דיפּלאָמאַטישן הסכּם צווישן די לענדער, האָט מערבֿ־דײַטשלאַנד צוגעזאָגט צו דעקן „די מאָראַלישע און מאַטעריעלע קאָמפּענסאַציע‟ פֿאַרן נאַצי־גענאָציד. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט אָבער במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט נישט געוואָלט האָבן צו טאָן מיט די דײַטשן. פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן די אַראַבישע לענדער געבעטן דײַטשלאַנד נישט צו קאָאָפּערירן מיט ישׂראל. צוליב דעם, האָט מען אָנגעקינפּט די באַציִונגען ערשט אינעם יאָר 1965. דער סאָוועטיש־קאָנטראָלירטער מיזרחדיקער טייל פֿון דײַטשלאַנד האָט קיינמאָל נישט געפֿירט קיין פֿאָרמעלע באַציִונגען מיט ישׂראל.

ווען דער קאַנצלער פֿון דער מערבֿ־דײַטשישער פֿעדעראַלער רעפּובליק, לודוויג ערהאַרד, און דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, לוי אשכּול, האָבן אונטערגעשריבן דעם דיפּלאָמאַטישן אָפּמאַך און באַשלאָסן זיך אויסצוטוישן מיט אַמבאַסאַדאָרן, האָט איראַק פּראָטעסטירט און איבערגעריסן די באַציִונגען מיט דײַטשלאַנד. אינעם יאָר 1970 האָט אַן ישׂראלדיקער דיפּלאָמאַט, דער אויסערן־מיניסטער אַבאַ אבן, צום ערשטן מאָל באַזוכט מערבֿ־דײַטשלאַנד. בעת זײַן וויזיט, האָט ער באַזוכט דעם געוועזענעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין דאַכאַו, וווּ די נאַציס האָבן פֿאַרטיליקט צענדליקער טויזנטער קרבנות.

צום ערשטן מאָל נאָך דער טרויעריק־באַרימטער בערלינער אָלימפּיאַדע, וועלכע איז דורכגעפֿירט געוואָרן אונטער הילטערס מאַכט אינעם יאָר 1936, זענען אין 1972 פֿאָרגעקומען די אָלימפּישע שפּילן אין מינכן. די פּאַלעסטינער טעראָריסטן האָבן דעמאָלט אומגעבראַכט 11 ישׂראלדיקע ספּאָרטלער און טרענירער. דער ערשטער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, וועלכער האָט באַזוכט דײַטשלאַנד אין 1975, איז געווען יצחק ראַבין.

ווען דער בערלינער מויער איז בטל געוואָרן, אינעם יאָר 1989, האָט דער דעמאָלטיקער ישׂראלדיקער פּרעמיער, יצחק שמיר, אויסגעדריקט זײַן זאָרג, אַז אין דער גרויסער פֿאַראייניקטער דײַטשישער מלוכה קאָן ווידער אויפֿקומען פֿאַשיזט. דער קאַנצלער העלמוט קאָל האָט באַרויִקט זײַן ישׂראלדיקן קאָלעגע, אַז דאָס וועט קיינמאָל מער נישט געשען. זינט דעמאָלט, האָט דאָס פֿאַראייניקטע דײַטשלאַנד כּסדר געהאָלפֿן ישׂראל. אינעם יאָר 1992, מיט דרײַ יאָר פֿאַרן טויט, האָט ראַבין ווידער באַזוכט דאָס נאָר־וואָס פֿאַראייניקטע לאַנד.

אַן אַנדער טעמע פֿון סיכסוכים איז די גרויסע צאָל סאָוועטישע ייִדן, וואָס האָבן באַשלאָסן צו עמיגרירן קיין דײַטשלאַנד. אינעם יאָר 2002 האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז אַ גרעסערע צאָל ייִדישע עמיגראַנטן פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אין פֿאַרגלײַך מיט ישׂראל, האָבן זיך באַזעצט דווקא אינעם דאָזיקן אייראָפּעיִשן לאַנד, נישט געקוקט אויף דער פֿינצטערער דײַטשישער געשיכטע. אַן אַנדער אומבאַקוועמע פֿראַגע זענען די מוזיקאַלישע ווערק פֿון ריכאַרד וואַגנער, וואָס דער ישׂראלדיקער קאַמער־אָרקעסטער האָט געשפּילט אינעם יאָר 2011, בעת אַן אויפֿטריט אין דײַטשלאַנד. אין ישׂראל איז דער דאָזיקער דײַטשישער קאָמפּאָזיטאָר פֿאַקטיש פֿאַרווערט, צוליב זײַנע אַנטיסעמיטישע שטימונגען און דער באַזונדערער ליבשאַפֿט פֿון היטלער און די נאַציס בכלל צו וואַגנערס מוזיק.

אַזוי צי אַזוי, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט, שמעון פּערעס, באַלוינט די דײַטשישע קאַנצלערין, אַנגעלאַ מערקעל, מיט אַ ספּעציעלן פּרעזידענטישן מעדאַל פֿאַר אירע וואַרעמע באַציִונגען מיט מדינת־ישׂראל.