דער ספֿרדישער ביבליאָפֿיל אין ברוקלין

The Sephardic Bibliophile in Brooklyn

Marisa Scheinfeld

פֿון בתיה אונגאַר־סאַרגאָן (Forward)

Published May 12, 2015, issue of May 29, 2015.

אויף אַ פּשוטן געסל פֿון ציגלנע הײַזער אין מאַרין־פּאַרק, ברוקלין, צווישן אַ פֿאַרזיכערונג־ביוראָ און אַ קאָמפּיוטער־געוועלב, שטייט אַ קליינע קראָם, וווּ די וויטרינע איז אין גאַנצן פֿאַרשטעלט מיט פּאָליצעס, און אויף דער טיר הענגט אַ שילד: „מיזרחי ביכערקראָם — מער ווי 60,000 ביכער‟.

דער אייגנטימער, ישׂראל מיזרחי, אַ קליין־וווּקסיקער יונגערמאַן פֿון 28 יאָר, פֿירט מיך איבער דער קראָם. מע דאַרף גיין פּאַוואָליע צווישן די ביכער־שאַפֿקעלעך, ביז מע דערגייט צו זײַן ביוראָ, וווּ ער פֿירט דעם מיסחר סײַ פֿון מאָדערנע ביכער, סײַ פֿון די פֿאַרעלטערטע.

טראָגנדיק אַ גרויסע שוואַרצע סאַמעטענע יאַרמלקע, אַן אַלט ווײַס העמד, שוואַרצע הויזן און ספּאָרטשיך, זעט ער ממש אויס ווי אַ ישיבֿה־בחור. אויף דער פֿראַגע, ווי אַלט איז ער, ענטפֿערט ער: „צו יונג. מע זאָגט וועגן מיר — אַזאַ יונגערמאַן מיט אַזוינע אַלטע ביכער‟.

מיזרחי איז געבוירן געוואָרן אין ברוקלין אין אַ ספֿרדישער משפּחה, וואָס שטאַמט פֿון מאַראָקאָ. נאָכן פֿאַרענדיקן די מיטלשול, האָט ער זיך געלערנט עטלעכע יאָר אין ישיבֿה אין ישׂראל און דערנאָך זיך אומגעקערט קיין ברוקלין. אַפֿילו קינדווײַז האָט ער שטאַרק ליב געהאַט ביכער, און האָט לכתּחילה זיי בלויז געקויפֿט. אָבער ווען ער האָט חתונה געהאַט, האָט ער אויך אָנגעהויבן זיי פֿאַרקויפֿן, און מיט 8 יאָר צוריק האָט ער געגרינדעט די „מיזרחי־ביכערקראָם‟.

דערווײַל האָבן זיך שוין אָנגעזאַמלט 100,000 ביכער. „כּדי צו פֿאַרדינען דאַרף איך פֿאַרקויפֿן צווישן 100 און 150 ביכער אַ טאָג,‟ האָט ער דערקלערט. „אַ בוך מיט אַ ווערט פֿון $300 קאָן בלײַבן אויף דער פּאָליצע צוויי יאָר לאַנג, דאַרף מען האָבן אין געשעפֿט, צום ווייניקסטן, 50,000 ביכער. איין זאַך איז זיכער: מע קען פֿון אַזאַ אַרבעט קיין מאָל נישט פּענסיאָנירן. וואָס טוט מען דען מיט 100,000 בענד?‟

ווען איך בין אָנגעקומען אין קראָם, 11:30 אין דער פֿרי, האָט מיזרחי שוין געהאַט אַרויסגעשיקט דעם מינימום פֿון 150 ביכער. „איך פֿאַרדין נישט שלעכט, אָבער מע מוז אַ סך האָרעווען.‟ צוויי מאָל האָט ער אָנגעשטעלט אַסיסטענטן, אָבער ביידע זענען אַוועק, כּדי צו גיין לערנען אין דער ישיבֿה.

די אַסיסטענטן קענען אים סײַ־ווי ווייניק העלפֿן. מיזרחי, וואָס קען פֿליסיק ענגליש און העברעיִש, און קען אויך לייענען ייִדיש און לאַדינאָ, ווייסט פּינקטלעך, וווּ יעדעס בוך געפֿינט זיך. דאָס איז נישט גרינג, נעמענדיק אין באַטראַכט, אַז די קונים שטעלן אָפֿט מאָל צוריק אַ בוך אויפֿן פֿאַלשן אָרט.

„אַ מאָל קלינגט מען צו מיר אין אַ פּאַניק,‟ האָט מיזרחי דערקלערט. איין מאָל האָט צו אים אָנגעקלונגען איינער פֿון מאַנהעטן, זאָגנדיק, אַז במשך פֿון די קומעדיקע צוויי שעה מוז מיזרחי קומען אין אַ געוויסער לוקסוס־דירה לעבן צענטראַל־פּאַרק, ווײַל אויב נישט, וועט מען אַלע ביכער אַרויסוואַרפֿן. די זאַמלונג וואָס ער האָט אין יענעם טאָג באַקומען האָט געהאַט אַ ווערט פֿון $10,000.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.