ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

אַן עפּיזאָד פֿון דעם פֿילם „גט”
אַן עפּיזאָד פֿון דעם פֿילם „גט”

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published May 12, 2015, issue of May 29, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

פֿילם „וויוויאַן וויל זיך גטן‟ — געווינער אויפֿן קינאָ־פֿעסטיוואַל

דער עלפֿטער פֿילם-פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישע מאָטיוון האָט זיך פֿאַרענדיקט זונטיק דעם צענטן מײַ. דער גרויסער געווינער פֿונעם הײַיאָריקן פֿעסטיוואַל איז דער ישׂראל-פֿראַנצויזישער פֿילם „וויוויאַן וויל זיך גטן‟.

די הויפּט־ראָלע שפּילט אינעם פֿילם רונית אַלקבץ, וואָס איז געווען, צוזאַמען מיט איר ברודער, שלומי אַלקבץ, אויך די רעזשיסאָרין פֿונעם פֿילם. אינעם העברעיִשן מקור הייסט דער פֿילם פּשוט „גט‟. וואָס איז אַזוינס גט פֿאַרשטייען די אומות־העולם נישט, דאַרף מען האָבן פֿאַר זיי אַ לענגערן, קלאָרן טיטל.

דער פֿילם האָט באַקומען דעם פּובליקום־פּריז אינעם קאַן־פֿעסטיוואַל. ער איז דרײַ-שפּראַכיק: עבֿרית, פֿראַנצויזיש און ייִדיש-מאַראָקאַניש. טשיקאַווע איז דער פֿאַקט, אַז די העלדן אויפֿן עקראַן ווערן לעבעדיקער און מער „עמך‟, ווען זיי רעדן דעם מאַראָקאַנער ייִדיש (ווי ס’איז אָפֿט דער פֿאַל מיט אונדזער אַשכּנזישן ייִדיש).

דער סוזשעט פֿונעם פֿילם איז זייער אַן ערנטסער: די שווערע מערכה פֿון אַ סך פֿרויען אין די רבנישע בית-דינס. פֿון דעסטוועגן, געפֿינט מען אינעם פֿילם אויך אַ סך קאָמישע מאָמענטן. מען לאַכט טאַקע, אָבער מיט יאַשטשערקעס.

„איך ווייס, אַז אין די ערשטע יאָרן בין איך נישט געפֿעלן געווען מײַן פֿרוי. איצט געפֿעל איך איר יאָ‟ — דערציילט אַן עדות די דיינים — „אַ ברירה האָט זי?‟ — גיט ער צו.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.