יעדער זעקסטער ייִד — אַ גר

1 In 6 Jews New To Faith

90 פּראָצענט ייִדן אין אַמעריקע זענען ווײַסע; אַ מערקווירדיקער טייל געהערט צו אַן אַנדער ראַסע־גרופּע.
David Polonsky
90 פּראָצענט ייִדן אין אַמעריקע זענען ווײַסע; אַ מערקווירדיקער טייל געהערט צו אַן אַנדער ראַסע־גרופּע.

פֿון אוריאל היילמאַן (ייִט״אַ)

Published May 13, 2015, issue of May 29, 2015.

דער נײַסטער באַריכט פֿונעם פֿאָרש־צענטער „פּיו‟ וועגן דעם אַמעריקאַנער „רעליגיעזן לאַנדשאַפֿט אינעם יאָר 2014‟, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גרויסן אוצר פֿון ידיעות, באַגרינדעט אויפֿן אויספֿרעג פֿון 35,071 דערוואַקסענע תּושבֿים פֿונעם לאַנד, אַרײַנגערעכנט 847 מענטשן, וואָס האַלטן זיך פֿאַר ייִדן.

עס באַקומט זיך, לויטן באַריכט, אַז די סאַמע געבילדעטע רעליגיעזע גרופּע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן זענען די הינדוסן; 77 פּראָצענט פֿון זיי האָבן קאָלעדזש־דיפּלאָמען, אין פֿאַרגלײַך מיט 59 פּראָצענט ייִדן, וועלכע געפֿינען זיך אויפֿן צווייטן אָרט. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ דורכשניטלעכן אַמעריקאַנער, זענען ביידע גרופּעס אַ סך מער געבילדעט. 29 פּראָצענט ייִדן האָבן אַ באַקאַלאַווראַט־מדרגה און 31 פּראָצענט — העכערע דיפּלאָמען.

ייִדן זענען די גרעסטע רעליגיעזע מינאָריטעט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס האָט באַטראָפֿן 1.9 פּראָצענט אינעם יאָר 2014. צווישן די אויסגעפֿרעגטע, וואָס באַטראַכטן זיך ווי ייִדן אינעם רעליגיעזן זין, געהערן 44 פּראָצענט צו דער רעפֿאָרמער באַוועגונג, 22 פּראָצענט זענען קאָנסערוואַטיווע, 14 פּראָצענט — אָרטאָדאָקסן און 16 פּראָצענט — אומאַפֿיליִיִרטע.

אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 2007, איז מערקווירידיק געשטיגן דער פּראָצענט נישט־ווײַסע ייִדן — פֿון 5 ביז 10 פּראָצענט. 75 פּראָצענט אַמעריקאַנער, וואָס זענען דערצויגן געוואָרן אין ייִדישע משפּחות, בלײַבן פֿאַרבונדן מיט ייִדישקייט. בײַ די הינדוסן און מוסולמענער איז דער ניוואָ אַ ביסל העכער — 80 און 77 פּראָצענט. להיפּוך, בלײַבן בלויז 59 פּראָצענט קאַטוילן און 45 פּראָצענט הויפּטשטראָמיקע פּראָטעסטאַנטן געטרײַ צו זייער רעליגיע. פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן 17 פּראָצענט אויסגעפֿרעגטע ייִדן איבערגעגעבן, אַז זיי זענען דערצויגן געוואָרן אין אַן אַנדער רעליגיעזער טראַדיציע אָדער אָן קיין רעליגיע; אַ גרויסע צאָל פֿון זיי שטאַמען פֿון קריסטלעכע משפּחות.

צוויי דריטל אָרטיקע ייִדן זענען געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע; בלויז 12 פּראָצענט זענען אימיגראַנטן פֿון אייראָפּע, דרום־אַמעריקאַנער לענדער אָדער פֿונעם מיטל־מיזרח. ניו־יאָרק בלײַבט דער גרעסטער ייִדישער צענטער אינעם לאַנד. וואָס שייך עשירות און אָרעמקייט, זענען 44 פּראָצענט אַמעריקאַנער ייִדן גענוג פֿאַרמעגלעך, מיט משפּחה־הכנסות פֿון איבער 100,000 דאָלאַר, אין פֿאַרגלײַך מיט 19 פּראָצענט דורכשניטלעכע אַמעריקאַנער. 16 פּראָצענט דערוואַקסענע ייִדן באַקומען אָבער, צום מערסטן, 30,000 דאָלאַר אַ יאָר פֿאַרן זייער גאַנצן הויזגעזינד, און 15 פּראָצענט — פֿון 30 ביז 50 טויזנט דאָלאַר.