ניטאָ קיין צוטרוי צווישן נתניהו און אָבאַמאַ

Between Netanyahu and Obama, Mistrust is Personal

פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַס באַגריסונג צו פּרעמיער בנימין נתניהון נאָך דער מעלדונג פֿון דער נײַער ישׂראלדיקער רעגירונג האָט נישט געהאַט דעם זעלבן פֿרײַנדלעכן טאָן ווי זײַנע באַגריסונגען צו אַנדערע אַליִיִרטע פֿירער
Alex Wong/Getty
פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַס באַגריסונג צו פּרעמיער בנימין נתניהון נאָך דער מעלדונג פֿון דער נײַער ישׂראלדיקער רעגירונג האָט נישט געהאַט דעם זעלבן פֿרײַנדלעכן טאָן ווי זײַנע באַגריסונגען צו אַנדערע אַליִיִרטע פֿירער

פֿון ראָן קאַמפּעאַס (ייִט״אַ)

Published May 13, 2015, issue of May 29, 2015.

וואַשינגטאָן. — די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע זאָגט כּסדר, אַז די רײַבונגען צווישן דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט און דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו זענען בלויז אידעאָלאָגישע, נישט פּערזענלעכע, און אַז די אַמעריקאַנער שטיצע פֿאַר ישׂראל איז פּונקט אַזוי שטאַרק ווי פֿריִער.

אָבער לויט אַ צאָל שמועסן מיט איצטיקע און געוועזענע באַאַמטע פֿון ביידע רעגירונגען — און אויך מיט אַ צאָל אַמעריקאַנער ייִדישע כּלל־טוער — ווערט קלאָר, אַז דער אומצוטרוי צווישן די צוויי פֿירער איז יאָ אַ טיף פּערזענלעכער, אין וועלכן ביידע מענער מיט זייערע אַסיסטענטן זענען שטאַרק חושד די מאָטיוון פֿונעם צווייטן.

דעם 7טן מײַ, למשל, ווען אָבאַמאַ האָט באַגריסט נתניהו פֿאַרן האָבן צונויפֿגעשטעלט אַ קאָאַליציע, האָט דאָס „ווײַסע הויז‟ דערקלערט, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג „קוקט אַרויס‟ צו דיסקוטירן מיט די ישׂראלדיקע פֿירער „די וויכטיקייט פֿון דורכפֿירן דעם פּלאַן פֿאַר צוויי מדינות‟ — אַ קלאָרע קריטיק פֿון נתניהון, וואָס האָט אינעם טאָג פֿון די ישׂראלדיקע וואַלן בפֿירוש דערקלערט, אַז ווי לאַנג ער איז דער פּרעמיער, וועט ער נישט דערלאָזן די גרינדונג פֿון אַ פּאַלעסטינער מדינה.

אָבער ווען אָבאַמאַ האָט לעצטנס קאָנגראַטולירט דעם בריטישן פּרעמיער דייוויד קאַמעראָן (וועלכער איז, אַגבֿ, ווי נתניהו, אויך אַ רעכט־געשטימטער) פֿאַר זײַן ווידער דערוויילט ווערן, איז דער טאָן געווען אַ סך פֿרײַנדלעכער. אַנשטאָט צו דערמאָנען זייער פּאָליטישע חילוקי־דעות, ווי ער האָט געטאָן מיט נתניהו, האָט אָבאַמאַ בלויז גערעדט וועגן „בויען אויף אונדזערע שוין־נאָענטע באַציִונגען‟.

נתניהו וועבט אויך אַרײַן סובטילע „שטעך‟ צו אָבאַמאַן און זײַנע מיטהעלפֿער, ווי מע הערט, למשל, אין זײַן דערקלערונג דעם 3טן מײַ, נאָך אַ זיצונג אין ירושלים מיטן סענאַטאָר ראָב פּאָרטמאַן (רעפּובליקאַנער, אָהײַאָ). רעדנדיק וועגן אַ מעגלעכן נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן, האָט נתניהו קריטיקירט „יענע לײַט, וואָס זאָגן אונדז, אַז דאָס וועט נישט שטעלן ישׂראל אין אַ סכּנה‟.

„ווי דער פּרעמיער פֿון ישׂראל, וואָס טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר ישׂראלס זיכערהייט, מוז איך זאָגן, אַז אַזאַ אָפּמאַך איז אַ געפֿאַר פֿאַר ישׂראל, פֿאַרן ראַיאָן, און פֿאַר דער גאַנצער וועלט, לויט מײַן מיינונג,‟ האָט נתניהו באַמערקט.

ביידע רעגירונגען זאָגן, אַז די מיליטערישע און אויסשפּיר־קאָאָפּעראַציע איז זייער נאָענט — אפֿשר נאָך נעענטער ווי פֿריִער; אָבער אין דער דיפּלאָמאַטישער ספֿערע, איז עס געוואָרן גלײַך ווי אַ פֿײַנטלעכע שאַכשפּיל, וווּ יעדער מאַרשירט פֿאָרויס, קלערנדיק שטענדיק ווי „אַראָפּצוּוואַרפֿן‟ דעם צווייטן.

צום טייל איז עס אויך צוליב דעם, וואָס איין צד פֿאַרשטייט נישט דעם צווייטנס פּאָזיציע. די ישׂראלים האָבן, למשל, נישט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס אָבאַמאַ איז אַזוי אין כּעס געוואָרן, ווען נתניהו האָט גערופֿן די ייִדישע וויילער צו גיין שטימען, ווײַל „מע וועט נאָך ברענגען אויטאָבוסן געפּאַקט מיט סטאַדעס אַראַבער‟ צו די שטימערטער. נתניהו האָט, אַ פּנים, נישט געקלערט, אַז דער ערשטער שוואַרצער אַמעריקאַנער פּרעזידענט וועט זיך באַליידיקן פֿון אַזאַ זאָג, וואָס קלינגט זייער ענלעך צו די וואָרענונגען מצד די ווײַסע ראַסיסטן אין די דרום־שטאַטן מיט יאָרן צוריק, אַז מע וועט ברענגען „אויטאָבוסן געפּאַקט מיט שוואַרצע‟ צו גיין שטימען.

אין אַ רעדע פֿאַרן „וואַשינגטאָן אינסטיטוט פֿון דער פּאָליטיק אין מיטעלן מיזרח‟ דעם 30סטן אַפּריל, האָט דער וויצע־פּרעזידענט דזשאָו בײַדען, צום ערשטן מאָל, געוואָרנט איראַן, אַז אָבאַמאַ איז גרייט צו האַלטן מלחמה מיט איר, טאָמער וועלן די פֿאַרהאַנדלונגען דורכפֿאַלן. אין דער זעלבער רעדע האָט בײַדען אָבער צוויי מאָל חוזק געמאַכט פֿון נתניהוס „איבערגעטריבענער רעטאָריק‟.

מיט אַ וואָך פֿריִער האָט בײַדען, בעת אַ יום־העצמאות־פֿײַערונג אין דער ישׂראל־אַמבאַסאַדע אין וואַשינגטאָן, פֿאַרגליכן די מחלוקת צווישן אָבאַמאַ און נתניהו צו סתּם אַ משפּחה־סיכסוך. „מיר זענען ווי משפּחה,‟ האָט ער מיט אַ שמייכל דערקלערט. „ביידע צדדים האָבן אַ סך צו זאָגן, און אַ מאָל מאַכן מיר איינער דעם צווייטן טאַקע משוגע, אָבער מיר האָבן זיך נאָך אַלץ ליב און וועלן ווײַטער באַשיצן איינער דעם צווייטן.‟

באַשיצן — יאָ, אָבער ליב האָבן? דאָס גלייבט זיך קוים…