ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published May 13, 2015, issue of May 29, 2015.

דער נצחון־טאָג און רעליגיעזע סתּירות אין דער קהילה

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן די ייִדן אין רוסלאַנד געפּראַוועט צוויי יום־טובֿים: ל״ג בעומר און דעם נצחון־טאָג. הײַיאָר איז פֿאָרגעלייגט געוואָרן צו פֿאַרוואַנדלען דעם טאָג אין אַ רעליגיעזער דאַטע און אים אַרײַנצוטראָגן אין ייִדישן לוח; וועגן דעם פֿאָרשלאָג און זײַן פּאָליטישן באַטײַט האָט דער „פֿאָרווערטס‟ שוין געשריבן. צו אָנערקענען דעם נצחון־טאָג ווי אַ רעליגיעזן יום־טובֿ האָט מסכּים געווען נאָר איין ייִדישע קהילה פֿון צוויי — די מתנגדישע. דער הויפּט־רבֿ פֿון דער גרויסער כאָר־שיל פּינחס גאָלדשמידט האָט אין זײַן ווענדונג באַגריסט די ייִדן מיטן נײַעם רעליגיעזן יום־טובֿ, און דעם 14טן מײַ קומט אין דער שיל פֿאָר אַ פֿײַערלעכע תּפֿילה לכּבֿוד דעם יום־טובֿ. דער חב״ד האָט דעם פֿאָרשלאָג ניט אָנגענומען, און דער חב״דנער הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר האָט בלויז באַגריסט די וועטעראַנען צו דעם נצחון־טאָג.

דער נצחון־טאָג איז הײַיאָר געפּראַוועט געוואָרן ברייט: ס’איז פֿאָרגעקומען אַ מיליטערישער פּאַראַד און אַ פּראָצעסיע, „דער אומשטערבלעכער פּאָלק‟. מענטשן זענען אַדורכגעגאַנגען איבערן גאַנצן צענטער פֿון מאָסקווע, טראָגנדיק פּאָרטרעטן פֿון זייערע זיידעס און באָבעס, וואָס האָבן געקעמפֿט אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. מע שאַצט, אַז אין דער דאָזיקער אַקציע פֿון „פֿאַראייביקן די נעמען‟ האָבן אָנטייל גענומען כּמעט אַ מיליאָן מענטשן. צווישן זיי זענען אויך געווען גאָר אַ סך ייִדן, כאָטש דאָס יאָר האָט דער 9טער מײַ אויסגעפֿאַלן אויף שבת.

אין אַ סך ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זענען פֿאָרגעקומען באַגעגענישן מיט וועטעראַנען און קאָנצערטן פֿאַר זיי.

צוויי לעקציעס — וועגן מאָלערײַ און ליטעראַטור

צו די אַנדערע נײַעס. אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי איז אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג „די ייִדישע קינסטלער אין דעם רוסישן אַוואַנגאַרד‟ געגעבן געוואָרן אַ לעקציע. דעם רעפֿעראַט האָט געהאַלטן אַנדריי יעראָפֿעיעוו, קונסט־פֿאָרשער און געוועזענער דירעקטאָר פֿון אַן אָפּטייל בײַ דער טרעטיאַקאָוו־גאַלעריי. יעראָפֿעיעוו האָט דערציילט וועגן פֿיר קינסטלער, וואָס זענען ניט אַזוי באַרימט בײַם רוסישן עולם, די קינסטלער פֿון דעם „צווייטן אַוואַנגאַרד‟ — וולאַדימיר ווײַסבערג, אָסקאַר ראַבין, באָריס טורעצקי און מיכאַיִל ראָגינסקי. זייער שאַפֿן איז באַטראַכטן געוואָרן אינעם קאָנטעקסט פֿון דער קונסט אין די 60ער יאָרן.