וואַטיקאַן אָנערקענט די פּאַלעסטינער מלוכה

Vatican to Recognize Palestinian State

דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט, מאַכמוד אַבאַס (רעכטס), און דער געוועזענער ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּערעס (לינקס), טרעפֿן זיך מיטן פּויפּסט פֿרענסיס אין וואַטיקאַן, דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי.
Getty Images
דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט, מאַכמוד אַבאַס (רעכטס), און דער געוועזענער ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּערעס (לינקס), טרעפֿן זיך מיטן פּויפּסט פֿרענסיס אין וואַטיקאַן, דעם פֿאַרגאַנגענעם יולי.

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published May 15, 2015, issue of June 12, 2015.

מיטוואָך, דעם 13טן מײַ, האָבן די פֿירער פֿון וואַטיקאַן איבערגעגעבן, אַז זיי קלײַבן זיך צו חתמענען אַן אָפּמאַך, לויט וועלכן מע וועט אָנערקענען פּאַלעסטינער ווי אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה. ווי באַלד וואַטיקאַן איז דער וועלט־צענטער פֿון דער קאַטוילישער קירך, וועט דער דאָזיקן באַשלוס צוגעבן אַ ממשותדיקן כּוח צום פּאַלעסטינער קאַמף פֿאַר אומאָפּהענגיקייט, נישט געקוקט אויף דער קעגנערשאַפֿט מצד דער ישׂראלדיקער רעגירונג און דעם פּאַראַליזירטן מצבֿ פֿון די באַציִונגען צווישן ישׂראל און דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע.

כוסאַם זאָמלאָט, אַ הויכראַנגיקער פּאַלעסטינער רעגירונג־באַאַמטער פֿאַר די ענינים פֿון אויסערן־באַציִונגען, האָט באַמערקט, אַז וואַטיקאַן רעפּרעזענטירט הונדערטער מיליאָנען קריסטן אַרום דער וועלט, אַרײַנגערעכנט אַ גרויסע צאָל פּאַלעסטינער. זײַענדיק אַ פּיצל־קליינע פֿאָרמעלע מלוכה אינמיטן רוים, פֿאַרמאָגט דער קאַטוילישער וועלט־צענטער אַ גרויסן פּאָליטישער כּוח. די ישׂראלדיקע רעגירונג, פֿון איר צד, איז אָבער געווען שטאַרק אומצופֿרידן מיטן באַשלוס. דער הײַנטיקער פּויפּסט, פּרענסיס, געפֿינט שוין עטלעכע צענדליק יאָר אין גוטע באַציִונגען מיט דער ייִדישער קהילה. דערצו, נייטיקט זיך ישׂראל אין דער שטיצע מצד די קריסטן.

נישט לאַנג צוריק, איז אין ישׂראל אויפֿגעקומען אַ נײַע רעכטע רעגירונג, וועלכע האָט צוגעזאָגט ממשיך צו זײַן דעם שלום-פּראָצעס, אָבער מײַדט אויס דעם באַגריף „פּאַלעסטינער מלוכה‟. אין מאַרץ, גלײַך פֿאַר די וואַלן, האָט בנימין נתניהו, וועלכער איז ווידער אויסגעקליבן געוואָרן אויף דער פּאָזיציע פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער, האָט געוואָרנט, אַז כּל-זמן ער בלײַבט בײַ דער מאַכט, וועט ער נישט דערלאָזט צו שאַפֿן קיין פּאַלעסטינער מלוכה, הגם שפּעטער האָט ער אויסגעדריקט אַ ביסל ווייכערע דעות וועגן דעם ענין. להיפּוך, האָט וואַטיקאַן אויף דעם געענטפֿערט מיטן הײַנטיקן באַשלוס דווקא צו שטיצן די פּאַלעסטינער זײַט אינעם דאָזיקן פֿאַל.

דער פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַראַק אָבאַמאַ, און אַ ריי אייראָפּעיִשע פֿירער, זענען אויך אומצופֿרידן מיט נתניהוס פּאָזיציעס און רופֿן די ישׂראלדיקע רעגירונג אַרויסצוּווײַזן אַן אמתע באַוויליקייט צו געבן די פּאַלעסטינער אַן אייגן לאַנד. דער איצטיקער באַשלוס פֿון וואַטיקאַן וועט מערקווירדיק שטאַרקער מאַכן דעם דרוק אויף נתניהוס רעגירונג.

למעשׂה, האָבן די וואַטיקאַנער פֿירער אָנגעהויבן זיך באַציִען צו דער פּאַלעסטינער אויטאָנאָמיע ווי צו אַן עכטער מלוכה נאָך אינעם יאָר 2012, און פֿאַרבעטן אַ פּאַלעסטינער אַמבאַסאַדאָר. מיט אַ יאָר צוריק, האָט דער פּויפּסט פֿרענסיס אָפּגעשטאַט אַ דירעקטן וויזיט אויפֿן מערבֿ־ברעג דורך יאָרדאַניע — נישט דורך ישׂראל, אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿריִערדיקע קירך־פֿירער. די קאַטוילישע קירך איז שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין די באַציִונגען מיט די פּאַלעסטינער, ווײַל אויפֿן מערבֿ־ברעג און אין מיזרח־ירושלים, בפֿרט אין ראַמאַלאַ און בית־לחם, וווינען פֿון 60 ביז איבער 80 טויזנט קאַטוילן און שטייען אַ סך קאַטוילישע קלויסטער.

הרבֿ דוד ראָזען, וועלכער פֿירט אָן מיטן די צווישן־רעליגיעזע ענינים בײַם „אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמיטעט‟, האָט אָבער באַמערקט, אַז מע דאַרף אויפֿנעמען דעם נײַעם וואַטיקאַנער באַשלוס ווי עפּעס אַ דראַמע. די קאַטוילישע קירך זאָגרט זיך וועגן די פּאַלעסטינער קריסטן, וואָס וווינען צווישן מיליאָנען מוסולמענער און קעמפֿן פֿאַר זייערע רעליגיעזע רעכט. ממילא, מוז וואַטיקאַן אָנערקענען פּאַלעסטינער ווי אַ פֿאַקטישע מלוכה, כּדי צו העלפֿן דעם מצבֿ פֿון אירע קאַטוילישע תּושבֿים. דאָס מיינט נישט אָבער, אַז דער פּויפּסט זאָרגט זיך נישט וועגן דעם ישׂראלדיקן צד פֿונעם מיטל־מיזרחדיקן קאָנפֿליקט.