ענגליש — אויך אַן אַמאָליקער זשאַרגאָן

English, Too Was Once a Jargon

Yehuda Blum

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published May 15, 2015, issue of June 12, 2015.

דער בריטישער ענגליש איז אַנטשטאַנען אַרום יאָר 911. אויפֿן טראָן איז געזעסן טשאַרלס „די סימפּל‟ (דער תּם), וועלכער האָט געציטערט פֿאַר די „ווײַקינגס‟. דערווײַל, ווי עס פֿירט זיך בײַ לײַטן, האָבן זיי אין דער אמתן פֿאַרכאַפּט בריטאַניע, און מיטגעברענגט זייער אייגענע שפּראַך, קולטור און גלויבן, מיט אַן אייגענעם גאָט, וואָס האָט בײַ זיי געהייסן „ריג‟, דער פֿאָטער פֿון דער מענטשהייט.

די ווײַקינגס האָבן געהערט צו די אַלט־נאָרדיש־גערמאַנישע פֿעלקער, און געווען באַקאַנט ווי ים־פּיראַטן. מען האָט זיי אויך גערופֿן די „נאָבעלע באַרבאַרן‟; זיי זײַנען געווען אויסגעשולטע ים־פּיראַטן און רויבער, געשאַפֿן דעם פֿראַנקאָ־גערמאַנישן מישלינג, וואָס מיר רופֿן הײַנט ענגליש. און פּונקט ווי בײַם סאַמען אורשפּרונג פֿון שפּראַכן האָט ענגליש גענומען לײַדן פֿון אַ צעשפּאָלטענער פּערזענעכקייט.

עס האָט זיך געשאַפֿן אין דער שפּראַך זייערער אַ קריג צווישן דער אַנגלאָ־סאַקסישער שטײַפֿקייט, און גייליק — די גאַסן־שפּראַך. אויבנאָן האָט פֿאַרנומען פֿראַנצייזיש, די הויך שטאַפּלערקע, וואָס איז אויך אַמאָל געווען פֿאַררעכנט פֿאַר אַ זשאַרגאָן. וואָס איז די מעשׂה? די הויכע געזעלשאַפֿט איז נישט געפֿעלן איר אָפּשטאַם פֿון אַנגלאָ־סאַקסישן וואָרצל. ס’האָט זיך פֿאַררעכנט פֿאַר עלעגאַנט, ראַפֿינירט און איידעלער, ווײַל ס’איז געקומען פֿון פֿראַנצייזיש.

דער אָפּקלײַב פֿון שפּראַך האָט זיך אויסגעדריקט אין אָנגענומענע און נישט־אָנגענומענע ווערטער, ווען די כּלערליי שפּראַכן האָבן זיך געמאַכט באַקוועם אין דער ענגלישער ווערטער־קאַסע, אַזוי אַז דער אַנגלאָ־סאַקסישער וואָקאַבולאַר וואָס האָט געהאַט צו טאָן מיט קערפּערלעכע פֿונקציעס האָט זיך אָפּגעטראָגן און פֿאַרנומען אַ צווייט ראַנגיקע פּאָזיציע.

דאָס אייגענע האָט פּאַסירט מיט ייִדיש. עס האָט נישט געפּאַסט צו זאָגן אויף ייִדיש „זי שוואַנגערט‟ — צו וווּלגאַר, ס’קומט פֿון דײַטש. אַנשטאָט דעם באַנוצט מען זיך מיטן עלעגאַנטן לשון־קודשדיקן וואָרט „מעוברת‟. אָבער דאָס פֿאָלק האָט געהאַט זייער דעה, זיי האָבן געזאָגט: זי איז טראָגעדיק, זי איז אויף דער צײַט, זי איז אין די הויכע חדשים, דער עיקר, לשון־קודש איז די פּרינצעסין און איר באַנוץ גיט איר צו סטאַזש ביזן הײַנטיקן טאָג.

אָבער ווען עס קומט צו אַ קריזיס, אַן אומגליק, אַ בהלה, פֿאַרגעסט מען אונדזער „לאָקשן־קוידעש‟, און מען לאָזט זיך וווילגיין „צאָ נאַ־לינגאַ טאָ נאַ צינגאַ…‟ — וואָס אויף דער לונג, דאָס אויף דער צונג.

תּקופֿות גאַנצע האָט מען ייִדיש באַצייכנט ווי אַ שאַנד־פֿלעק אין דער משפּחה. נאָך אַלעמען, זי איז אַ פּראָדוקט פֿון נישט קיין לעגיטימער אַפֿערע מיט אַ דײַטשן דיאַלעקט, און איר קענט דאָך דעם פּאַרשוין, דעם דײַטש, מיין איך, דעם טיוטאַנער; ער איז אַ הויכער, בלאָנדער שגץ מיט בלויע אויגן און מאַכט כּסדר: „יאַוואָל! יאַ! יאַ!‟

איז מען באַפֿאַלן די ייִדישקע און זי גערופֿן זשאַרגאָנקע, מיש־מאַשקע, ממזרטע, מען האָט זי באַליידיקט, באַשפּיגן; ווער עס האָט געהאַט אין דעם אַ האַנט און אַ פֿוס האָט געלאָזט די צונג מאַכן קאָזשלקעס. און וועגן וועמען רעדט מען? וועגן די אייגענע ייִדן, וואָס האָבן זיך באַנוצט מיט ייִדיש טאָג־טעגלעך. די ייִדיש־רעדנדיקע „סטאַדע‟ האָט זיך דערפֿילט ווי מע וואָלט געשטאַמט פֿון אַ נידעריקער ראַסע.