ייִדישע פּרעסע אין רומעניע

Yiddish Press in Old Romania

מע לייענט ייִדישע און העברעיִשע צײַטונגען אין דער „אליעזר שטיינבאַרג־ביבליאָטעק‟, 1930ער יאָרן, אין ליפּקאַן, רומעניע (הײַנט מאָלדאָווע)
מע לייענט ייִדישע און העברעיִשע צײַטונגען אין דער „אליעזר שטיינבאַרג־ביבליאָטעק‟, 1930ער יאָרן, אין ליפּקאַן, רומעניע (הײַנט מאָלדאָווע)

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published May 15, 2015, issue of June 12, 2015.

רומעניע בלײַבט עד־היום אױפֿן ראַנד פֿון ייִדישע שטודיעס. עס איז גוט באַקאַנט, אַז דאָ איז געבױרן געװאָרן דער ייִדישער טעאַטער פֿון אַבֿרהם גאָלדפֿאַדן, אָבער מען װײסט װײניק װעגן אַנדערע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער קולטור אין דער תּקופֿה פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה. די מאָנאָגראַפֿיע פֿון אַוגוסטאַ קאָסטיוק ראַדאָסאַװ איז דערפֿאַר זײער אַ ניצלעכער איבערזיכט פֿון דער געשיכטע פֿון דער רומענישער ייִדישער פּרעסע אין דער צװײטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט.

די סאַמע ערשטע צײַטשריפֿט אױף ייִדיש האָט געהײסן „קורות העתים‟ און איז אַרױס אין יאַס, דעמאָלט די הױפּטשטאָט פֿון דעם מאָלדאַװישן פֿירשטנטום. די דאָזיקע פּובליקאַציע איז דערשינען מיט הפֿסקות אין די יאָרן 1855־1856, 1860, 1867, און 1871. דער רעדאַקטאָר איז געװען דער גאַליציאַנער משׂכּיל פֿישל לעװענשטײן, און אַ סך מאַטעריאַלן האָט ער געשעפּט פֿון דער דײַטשישער פּרעסע. עס איז מערקװירדיק, אַז די דײַטשישע „אַלגעמײנע צײַטונג דעס יודנטומס‟ האָט דערמאָנט די דאָזיקע פּובליקאַציע און באַטאָנט דאָס חשיבֿות פֿון אַ צײַטונג אױף דער „ייִדישער פֿאָלקס־שפּראַך‟. לעװענשטײן האָט שױן דעמאָלט קריטיקירט געבילדעטע ייִדישע לײענער פֿאַר דעם, װאָס זײ לײענען צײַטונגען אױף אַנדערע שפּראַכן און ניט אױף ייִדיש; אָבער אײנצײַטיק האָט זײַן צײַטונג געהאַלטן, אַז אין מאָדערנע ייִדישע שולן דאַרפֿן מען לערנען אױף רומעניש, לױטן שטײגער פֿון די דײַטשיש־שפּראַכיקע ייִדישע שולן אין עסטרײַך.

נאָך מער ראַדיקאַל איז געװען די צװײשפּראַכיקע „גאַזעטאַ ראָמאַנאַ–עװרעיאַסקאַ‟, „די רומעניש־ייִדישע צײַטונג‟, װאָס איז אַרױס אין יאַס אױף רומעניש און ייִדיש אין 1859. זי האָט אַנטבלױזט די מאַכינאַציעס פֿון די פּני פֿון דער ייִדישער קהילה און קריטיקירט די טראַדיציאָנעלע דערציִונג אין די חדרים. אָבער דער אויסדױער פֿון דער דאָזיקער צײַטונג איז געווען בלױז אַ פּאָר חדשים. אין בוקאַרעשט זײַנען צו יענער צײַט געװען צװײ ייִדישע צײַטונגען: „די צײַט‟ און „עת לדבר‟. די ערשטע האָט געשטיצט רומעניש װי די שפּראַך פֿון דער ייִדישער דערציִונג און געמאַכט חוזק פֿונעם בוקאַרעשטער הױפּט־רבֿ, ר׳ מאיר־לײב מלבים. די צײַטונג האָט אים אױסגעמאָלט װי אַ רעאַקציאָנער און אַ שלעכטן פּאַטריאָט פֿון רומעניע.

מיטן האָבן אַ רומענישן אָפּטײל, האָט די צײַטונג בדעה געהאַט צוצוציִען אַ ניט–ייִדישן עולם און פֿאַרבעסערן דעם שם פֿון ייִדן אין די אױגן פֿון רומענישע קריסטן. די אַנדערע צײַטונג, „עת לדבר‟, האָט להיפּוך געזונגען שבֿחים פֿאַר ר׳ מלבים און געזידלט „די צײַט‟.