קאַנאַדישע ייִדן קערעווען זיך אויף רעכטס

Canada Jewry Takes a Sharp Turn to Right

סטיווען האַרפּער (רעכטס) מיט זײַן פֿרוי באַזוכט דעם כּותל־המערבֿי צוזאַמען מיט בנימין נתניהו און זײַן ווײַבֿ (אינעם צענטער), אין יאַנואַר 2014
Getty Images
סטיווען האַרפּער (רעכטס) מיט זײַן פֿרוי באַזוכט דעם כּותל־המערבֿי צוזאַמען מיט בנימין נתניהו און זײַן ווײַבֿ (אינעם צענטער), אין יאַנואַר 2014

פֿון שעלדאָן גאָרדאָן (Forward)

Published May 17, 2015, issue of June 12, 2015.

אין אָקטאָבער, וועלן אין קאַנאַדע פֿאָרקומען די פֿעדעראַלע וואַלן. דער איצטיקער קאָנסערוואַטיווער פּרעמיער, סטיווען האַרפּער, פֿירט אַ שאַרפֿן פּאָליטישן פֿאַרמעסט מיטן ליבעראַלן קאַנדידאַט זשוסטין טרודאָ.

האַרפּער, דער ראָש פֿון דער קאָנסערוואַטיווער פּאַרטיי, איז באַקאַנט ווי איינער פֿון די שטאַרקסטע שטיצער פֿון בנימין נתניהוס רעכטער פּאָליטיק צווישן די פּראָמינענטע וועלט־פֿירער. אין זײַן איצטיקער וואַלן־קאַמפּאַניע, זאָגט ער צו ממשיך צו זײַן און אַפֿילו צו פֿאַרשטאַרקן זײַן שטיצע לטובֿת נתניהוס רעגירונג, האָפֿנדיק צוצוציִען מער ייִדישע וויילער.

טרודאָ, אַן איבערצײַגטער ליבעראַל פֿון אַ באַקאַנטער משפּחה שטיצט אויך ישׂראל, אָבער נישט מיט אַזאַ אידעאָלאָגישן אַזשיאָטאַזש, ווי זײַן קאָנסערוואַטיווער קאָנקורענט, און איז לאַוו־דווקא צופֿרידן מיט נתניהוס באַשלוסן. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס די ייִדן אין קאַנאַדע זענען טראַדיציאָנעל ליבעראַל־געשטימט, שטיצן ס׳רובֿ פֿון זיי האַרפּער דווקא צוליב זײַן פּראָ־ישׂראלדיקער פּאָליטיק.

אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס ס׳רובֿ ייִדן שטימען אַלעמאָל פֿאַר די דעמאָקראַטן, קאָנען די רעפּובליקאַנער ייִדן בלויז חלומען פֿון אַזאַ טענדענץ, ווי אין דער בשכנותדיקער קאַנאַדע, וווּ אינעם יאָר 2011 האָבן 52 פּראָצענט ייִדישע וויילער אָפּגעשטימט פֿאַר האַרפּערס קאָנסערוואַטיווער פּאַרטיי. אין די 1980ער יאָרן, ווען פּיער-עליאָט טרודאָ, דער פֿאַרשטאָרבענער טאַטע פֿונעם הײַנטיקן קאַנדידאַט, האָט געדינט ווי דער פּרעמיער-מיניסטער, האָבן ס׳רובֿ ייִדן געשטיצט די ליבעראַלן.

הגם די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין קאַנאַדע באַטרעפֿט בלויז אַרום 380,000 נפֿשות, אַ קליינעם טייל פֿונעם עלעקטאָראַט, איז האַרפּער געווען צופֿרידן מיט אַזאַ רעזולטאַט. אין יאַנואַר 2014, האָט ער אָפּגעשטאַט אַ וויזיט קיין ישׂראל. דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, בעת דער מלחמה אין עזה, האָט ער ווידער פֿאַרטיידיקט נתניהוס רעגירונג פֿון די קריטיקער, וועלכע האָבן באַשולדיקט די ישׂראלדיקע רעגירונג אין עוולות קעגן מענטשנרעכט.

לעצטנס, האָט האַרפּערס קאַבינעט איבערגעגעבן, אַז זײַן רעגירונג גרייט זיך צו גיין נאָך ווײַטער און פֿאַרווערן די טעטיקייט פֿון די גרופּעס, וואָס רופֿן צו בויקאָטיקן ישׂראל. צווישן אַזעלכע גרופּעס זענען פֿאַרשיידענע פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראיינען, סטודענטישע אַקטיוויסט-אָרגאַניזאַציעס אין אוניווערסיטעטן, און די „פֿאַראייניקטע קירך פֿון קאַנאַדע‟ — די גרעסטע פּראָטעסטאַנטישע דענאָמינאַציע אינעם לאַנד, וואָס האָט דערקלערט אַ בויקאָט קעגן די פּראָדוקטן פֿון די ייִשובֿים אויפֿן אָקופּירטן מערבֿ־ברעג.

הגם די ייִדישע וויילער רעפּרעזענטירן בלויז אַ רעלאַטיוו קליינעם פּראָצענט פֿון די קאַנאַדישע בירגער, קאָנען זיי משפּיע זײַן אויף די וואַלן, ווײַל אויפֿן איצטיקן מאָמענט ציִען צו די קאָנסערוואַטאָרן און ליבעראַלן כּמעט גענוי די זעלבע צאָל שטימען — 30.3 קעגן 29.6 פּראָצענט, לויט אַן אויספֿרעג פֿונעם 8טן מײַ.

אין מאַרץ, זענען צוויי אימיגראַנטן פֿונעם מיטל־מיזרח פֿאַרמישפּט געוואָרן פֿאַרן פּלאַנירן אַ באָמבע-אַטאַק אויף דער באַן־ליניע צווישן טאָראָנטאָ און ניו־יאָרק. ווי אַן ענטפֿער, האָט האַרפּערס רעגירונג אײַנגעפֿירט נײַע אַנטי־טעראָריסטישע געזעצן, וואָס קומען אין סתּירה מיט די בירגערלעכע רעכט. צוליב זײַן רעכטער פּאָליטיק און אידעאָלאָגיע, ווי אויך נאָך אַ 10־יאָריקן באַגאַזש פֿון בלײַבן בײַ דער מאַכט, קאָן האַרפּער פֿאַרלירן די פּאָפּולאַריטעט לגבי טרודאָ, וועלכער זאָרגן זיך מער וועגן דעם עקאָנאָמישן מצבֿ פֿונעם מיטעלן קלאַס.

כּדי צו געווינען די הערצער פֿון ייִדישע וויילער, האָט דער ליבעראַלער פּרעמיער באַטאָנט בעת דער עזה־מלחמה, אַז ער שטיצט ישׂראל. מיט זײַן איבערגעגעבנקייט צו מולטיקולטוראַליזם, פּאָזיטיווער באַציִונג צו אימיגראַנטן און פֿרידלעכער פּאָליטיק קאָן ער אויך צוציִען אַ סך ליבעראַל־געשטימטע ייִדישע בירגער.