אַ דאָקטאָראַט נאָך 80 יאָר

German Neonatologist, 102, receives Ph.D. Denied By Nazis

אינגעבאָרג זילם־ראַפּאָפּאָרט
אינגעבאָרג זילם־ראַפּאָפּאָרט

פֿון ייִט״אַ

Published May 19, 2015, issue of June 12, 2015.

אַ 102־יאָריקע דײַטשישע פֿרוי האָט פֿאַרטיידיקט איר דאָקטאָראַט — כּמעט 80 יאָר נאָך דער צײַט, ווען די נאַציס האָבן איר נישט דערלאָזט צו באַקומען דעם דיפּלאָם.

דעם 13טן מײַ, האָט אינגעבאָרג זילם־ראַפּאָפּאָרט, אַ געוועזענע פּראָפֿעסאָרין פֿון פּעדיאַטרישער מעדיצין, וועלכע האָט אָנגעפֿירט מיטן אָפּטייל פֿאַר נײַ־געבוירענע קינדער בײַם פּראָמינענטן בערלינער „חסד־שפּיטאָל‟, פֿאַרהערט געוואָרן אויף אַן עקזאַמען אינעם האַמבורגער אוניווערסיטעט, און האָט באַקומען דעם דאָקטאָראַט.

זילם־ראַפּאָפּאָרט האָט פֿאַרענדיקט איר דיסערטאַציע וועגן דיפֿטעריִע אינעם יאָר 1938. צוליב דעם, וואָס איר מאַמע איז געווען אַ ייִדישע פֿרוי, האָבן די נאַציס איר דעמאָלט נישט געלאָזט פֿאַרהערט צו ווערן. סוף־כּל־סוף, דעם קומענדיקן חודש, וועט די דאָקטערין, וועלכע האָט פּענסיאָנירט אינעם יאָר 1973, באַקומען איר דיפּלאָם.

אינעם יאָר 1938, נאָכן אָפּזאָג פֿון די נאַציס, האָט זילם־ראַפּאָפּאָרט אימיגרירט קיין אַמעריקע, וווּ זי האָט געדאַרפֿט שטודירן נאָך צוויי יאָר, נישט געקוקט אויף דער דײַטשישער מעדיצינישער בילדונג. אינעם יאָר 1946 האָט זי חתונה געהאַט; שפּעטער, האָט דאָס פּאָרפֿאָלק זיך אומגעקערט קיין דײַטשלאַנד, ווײַל אין אַמעריקע האָט איר מאַן געליטן פֿון אַנטי־קאָמוניסטישע רדיפֿות.

די אַלטע דאָקטערין האָט דערקלערט, אַז זי האָט איצט פֿאַרטיידיקט איר דאָקטאָראַט נישט צוליב זיך אַליין, נאָר צוליב אַ פּרינציפּ און ווי אַ סימבאָלישער זשעסט לטובֿת דער שארית־הפּליטה.