וויקיפּעדיע־גרינדער מײַדט אויס אַנטי־ישׂראל־טערמינען

Wikipedia Founder Tries to Keep Out Anti-Israel Bias

Wikimedia Commons

פֿון בען סיילס (ייִט״אַ)

Published May 20, 2015, issue of June 12, 2015.

תּל־אָבֿיבֿ. — אין 2003, צוויי יאָר נאָך דער גרינדונג פֿון וויקיפּעדיע, האָבן אירע רעדאַקטאָרן געהאַט אַ דילעמע: ווי אַזוי צו רופֿן דעם פּלויט אָדער וואַנט, וואָס ישׂראל האָט אויפֿגעשטעלט אויף דער גרענעץ מיטן מערבֿ־ברעג.

לכתּחילה האָט די באַרימטע אינטערנעץ־ענציקלאָפּעדיע, וואָס יעדער לייענער קען אַליין „רעדאַגירן‟, באַצייכנט דעם מויער ווי אַ „זיכערהייט־פּלויט‟ און האָט דערקלערט פֿאַר וואָס ישׂראל האָט זיך געדאַרפֿט פֿאַרטיידיקן פֿון אַטאַקן. ווייניקער ווי אַ האַלבע שעה שפּעטער, האָט אָבער אַ צווייטער רעדאַקטאָר צוגעגעבן אַ זאַץ, אַז די „יו־ען‟ האָט דעם פּלויט פֿאַרדאַמט. מיט עטלעכע שעה שפּעטער האָט מען שוין געזען די פֿראַזע „אַפּאַרטהײַד־וואַנט‟.

נאָך טויזנטער „אויסבעסערונגען‟ פֿון כּלערליי „רעדאַקטאָרן‟, הייסט דער אַרטיקל הײַנט Israeli West Bank barrier [ישׂראלדיקע באַריקאַדע פֿונעם מערבֿ־ברעג].

„אויב אַ געוויסער ענין איז אײַך נײַ, איז די ריכטיקע זאַך, אַז מע זאָל אײַך געבן צו פֿאַרשטיין אַלע פּרטים פֿון דער דעבאַטע,‟ האָט דזשימי וויילס, דער גרינדער פֿון וויקיפּעדיע, זונטיק געזאָגט דער ייִט״אַ, בעת אַן אינטערוויו אין תּל־אָבֿיבֿ. וויילס, וועלכער איז נישט קיין ייִד, איז געווען אין ישׂראל, כּדי אָפּצונעמען דעם „דן דוד פּריז‟, אַן אינטערנאַציאָנאַלע פּרעמיע פֿון 1 מיליאָן דאָלאַר, וואָס מע טיילט אויס יעדעס יאָר בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. וויילס האָט באַקומען דעם פּריז פֿאַר האָבן דורכגעפֿירט די אַזוי־גערופֿענע „אינפֿאָרמאַציע־רעוואָלוציע‟.

וויילס פּרוּווט ווי ווײַט מעגלעך אויפֿצוהאַלטן די נייטראַליטעט פֿון וויקיפּעדיע, און דער קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער איז טאַקע איינע פֿון די שווערסטע טעמעס זיך צו האַלטן נייטראַל, ווײַל יעדעס וואָרט אָדער ברעקל אינפֿאָרמאַציע קאָן זײַן אָנגעפּיקעוועט מיט אידעאָלאָגיע. זײַן לייזונג איז צו באַזאָרגן דעם לייענער מיט פֿאַרשיידענע פֿאַקטן, כּדי צו באַזײַטיקן יעדע מעגלעכקייט פֿון פֿאָראורטייל. „שטעלט זיך פֿאָר אַ געוויסן אינצידענט אין דער געשיכטע, וווּ אַריאל שרון האָט געזאָגט איין זאַך, און אַראַפֿאַט האָט געזאָגט אַ צווייטע,‟ האָט וויילס געזאָגט. „מיר גיבן איבער וואָס ביידע צדדים האָבן געזאָגט, און זאָל דער לייענער קומען צו זײַן אייגענעם אויספֿיר.‟

נישט אַלע פּראָ־ישׂראלדיקע אַקטיוויסטן זענען מסכּים מיט דעם צוגאַנג. אין 2010 האָט די רעכט־געשטימטע ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע „מײַן ישׂראל‟ ווערבירט אַקטיוויסטן צו רעדאַקטירן די וויקיפּעדיע־אַרטיקלען פֿאַרבונדן מיט ישׂראל, גיבנדיק זיי אַ ציוניסטישן קוועטש. וויילס זאָגט, אַז ס׳איז גאָרנישט געוואָרן פֿון דעם, אָבער הײַנט מעגן בלויז רעגיסטרירטע וויקיפּעדיע־רעדאַקטאָרן רעדאַגירן די פֿאַרשרײַבונגען אין שײַכות מיט ישׂראל.

הגם וויקיפּעדיע באַמיט זיך צו בלײַבן אָביעקטיוו וועגן ישׂראל, איז וויילס אַליין אַ גרויסער ליבהאָבער פֿון דער מדינה. אין 2011 האָט מען געהאַלטן די יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿון „וויקי־מאַניע‟ — די אָרגאַניזאַציע וואָס פֿירט אָן מיט וויקיפּעדיע — אין חיפֿה, און אינעם זעלבן יאָר איז וויילס אויך בײַגעווען די „ישׂראלדיקע פּרעזידענטישע קאָנפֿערענץ‟.

עטלעכע טעג פֿאַר דער קאָנפֿערענץ אין חיפֿה, האָט וויילס פֿאַרטיידיקט ישׂראל נאָך דעם ווי ער האָט דערזען עטלעכע פּראָ־פּאַלעסטינער דערקלערונגען וועגן „ישׂראלדיקן אַפּאַרטהײַד‟ אין „פֿייסבוק‟, און האָט אַליין געשריבן: „און וואָס זאָגט איר וועגן די ראַקעטן? באַקלאָגט איר זיך וועגן דעם בכלל?‟

„איך בין אַ שטאַרקער שטיצער פֿון ישׂראל, הער איך זיך נישט צו צו די קריטיקער,‟ האָט וויילס געזאָגט, און צוגעגעבן: „איך האַלט שטאַרק פֿון ישׂראל, ווײַל איר שטיצע פֿון וואָרט־פֿרײַהייט איז מיר נאָענט צום האַרצן, ווי אויך פֿרויע־רעכט און אַן אמתע דעמאָקראַטיע. מע קען שטיצן די אַלע זאַכן, אין דער זעלבער צײַט וואָס מע קריטיקירט די ישׂראלדיקע אַקציעס אָדער פּאָליטיק, וועלכע זענען נישט אַזוי געראָטן.‟