אַ חורבן־מוזיי אין אַ פֿאַרוואָרפֿן ווינקל פֿון אַמעריקע

A Holocaust Museum Off the Beaten Track

עווא קאָר (לינקס) מיט איר שוועסטער מרים
עווא קאָר (לינקס) מיט איר שוועסטער מרים

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published May 20, 2015, issue of June 12, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

מרימס נירן האָבן שטאַרק געליטן נאָך דער מלחמה און עוואַ האָט, אין 1987, איר געגעבן איינע פֿון אירע נירן, זי זאָל בלײַבן לעבן. אין 1993 איז מרים געשטאָרבן פֿון פּענכער־ראַק. די צווילינג־שוועסטער עוואַ איז אויפֿגערודערט געוואָרן פֿון איר שוועסטערס טויט און באַשלאָסן צו שאַפֿן דעם חורבן־מוזיי אין איר אָנדענק.

איצט גיט זיך די מעשׂה אַ דריי — מע האָט עוואַ פֿאַרבעטן צו רעדן אויף אַ קאָנפֿערענץ וועגן אירע איבערלעבונגען אינעם לאַגער, אָבער מע האָט זי אויך געבעטן צו פֿאַרבעטן אַ „נאַצי־דאָקטאָר‟, מע זאָל זען די געשיכטע דורך זײַנע אויגן. נו, וווּ געפֿינט מען אַ נאַצי־דאָקטאָר? „אין די געלע־בלעטער פֿון טעלעפֿאָן־נומערן איז דאָך נישטאָ קיין קאַטעגאָריע ׳נאַצי־דאָקטאָר׳‟, דערציילט זי. צום סוף, האָט זי יאָ געפֿונען איינעם — ד״ר האַנס מונך, און זיי האָבן צוזאַמענגעאַרבעט אויף דער פּראָגראַם. זי האָט אים געוואָלט באַדאַנקען, אָבער ווי אַזוי?

האָט זי באַשלאָסן אים אָנצושרײַבן אַ בריוו, אין וועלכן זי האָט אים מוחל געווען; זי האָט זיך מער נישט געהאַלטן פֿאַר אַ קרבן. דער כּוח ליגט בײַ איר אין די הענט. בײַ דער צערעמאָניע צו געדענקען 50 יאָר נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון אוישוויץ אין פּוילן האָט עוואַ קאָר דאָרטן אויך פֿאָרגעלייענט אַ בריוו, אין וועלכן זי, און בלויז זי, האָט מוחל געווען די נאַציס.

בײַם אַרײַנגאַנג פֿון מוזיי אין טערע-האָט
בײַם אַרײַנגאַנג פֿון מוזיי אין טערע-האָט

אַוודאי, האָבן אַ סך קריטיקירט איר בריוו, און געטענהט, אַז וואָס די נאַציס האָבן געטאָן קען מען קיין מאָל נישט מוחל זײַן. האָט זי געענטפֿערט, אַז איר צוגאַנג איז נישט צו פֿאַרגעסן און נישט אויסצומעקן די טראַגעדיע, אָבער זי האַלט, אַז עס „באַפֿרײַט‟ דעם מענטשן, וואָס איז מוחל דעם אַנדערן. די באַציִונג איז געוואָרן אַ צענטראַלע טעמע פֿון איר מוזיי.

די מעשׂה גיט זיך נאָך אַ דריי ווײַטער: אין נאָוועמבער 2003 האָט עמעצער אונטערגעצונדן דעם מוזיי און אָנגעשריבן אויף דער וואַנט „געדענקט טימאָטי מיקוויי‟. מיקוויי איז געווען דער עקסטרעמיסט, וואָס האָט אויפֿגעריסן דעם פֿעדעראַלן בנין אין אָקלאָהאָמאַ־סיטי אין 1995. מע האָט אים עקזעקויִרט אין דער תּפֿיסה פֿון טערע־האָט אין 2001. אַ דאַנק דער שטיצע פֿון דער קהילה און בײַשטײַערונגען פֿון דער גאַנצער וועלט, האָט מען צוריק אויפֿגעבויט דעם מוזיי.

הײַנט זיצט שטענדיק אַ פּאָליציאַנט בײַם אַרײַנגאַנג פֿון מוזיי. יעדעס יאָר קומען טויזנטער תּלמידים פֿון די אַרומיקע שולן זיך צו דערוויסן וועגן דעם חורבן, און עוואַ קאָר, אַ גלענצנדיקע רעדנערין, ווערט פֿאַרבעטן איבער דער וועלט צו האַלטן לעקציעס, אין וועלכע זי גיט צו פֿאַרשטיין דעם ברייטערן עולם וועגן חורבן, אָבער אויך, דעם „כּוח‟ פֿון מוחל זײַן דעם מערדער.