ייִדישע פּראָבלעמען פֿון דיגיטאַליזאַציע

Yiddish Problems With Digitization

דער פּראָיעקט „עיתונות יהודית היסטורית‟
דער פּראָיעקט „עיתונות יהודית היסטורית‟

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published May 21, 2015, issue of June 12, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אַ חוץ די פּאַסטקעס פֿון פֿילצאָליקע, לײַטיש־פֿאַרפּוצטע פֿאַלסיפֿיקאַציעס, שאַפֿט דער פּראָצעס פֿון זוכן נייטיקע קוואַלן כּלערליי אַנדערע פּראָבלעמען. מע דאַרף האָבן געדולד, ווײַל אָפֿט מאָל באַקומט מען אַ פּאָזיטיוון רעזולטאַט נאָר ווען עס גיט זיך אײַן אונטערצוקלײַבן אַ ריכטיקן שליסל. באַזונדערס שווער איז עס מיט טעקסטן אויף ייִדיש. אין אַ היפּשער מאָס האָט עס צו טאָן מיט די פֿאַרשיידענע נוסחאָות פֿון שרײַבן אויף ייִדיש.

שוועריקייטן פֿון אַזאַ סאָרט פֿילט מען אַפֿילו בײַם אַרײַנקוקן אין קאַטאַלאָגן: אייניקע גיבן איבער דעם אויסלייג פֿון דער פּובליקאַציע, די אַנדערע „זעצן עס איבער‟ אויף אַ סטאַנדאַרטן (בדרך־כּלל, ייִוואָ) אויסלייג. אַ שטייגער, אין אייניקע פֿאַלן שטייט אין דעם קאַטאַלאָג געשריבן idisher, וואָס גיט איבער דעם פֿאַרשפּרייטן נוסח פֿון שרײַבן „ייִדישער‟ ווי „אידישער‟, בעת אַנדערע מאַכן עס „לײַטיש‟ און קאַטאַלאָגיזירן ווי „ייִדישער‟. איר וועט אפֿשר ניט געפֿינען אין אײַער ביבליאָטעק דעם ראָמאַן „דער בלוטיקער שפּאַס‟ פֿון שלום־עליכמען, ווײַל אין דעם קאַטאַלאָג איז ער פֿאַרשריבן ווי „Der bludiger shpas‟. און אַזוי ווײַטער.

האָט איר אַ מאָל געפּרוּווט אויסזוכן עפּעס אַ וואָרט צי אַ פֿראַזע אין די ביכער, וואָס זײַנען דיגיטאַליזירט? גיט אַ פּרוּוו צו זוכן אין www.google.com „פֿאַליקמאַן‟ און „פאליקמאן‟ (דער קיִעווער פּראָזאַיִקער יחיאל פֿאַליקמאַן), און איר וועט באַקומען פֿאַרשיידענע רעזולטאַטן. נאָך קאָמפּליצירטער איז מיטן זיידן פֿון ייִדישן טעאַטער: „גאָלדפֿאַדן‟, „גאָלדפֿאַדען‟, „גאלדפאדן‟, „גאלדפאדען‟.

הײַנט לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן, אַז אָט־אָט וועלן מיר באַקומען די מעגלעכקייט צו זוכן ווערטער אין דער דיגיטאַליזירטער ייִדישער פּרעסע. דאָס וועט, בלי־ספֿק, גאַנץ ראַדיקאַל בײַטן די „טעכנאָלאָגיע‟ פֿון פֿאָרשונגען. אַ קאָפּווייטיק וועט עס ברענגען אויך, ווײַל מע וועט מוזן זײַן גוט באַהאַוונט אין די אייגנאַרטיקייטן פֿונעם אויסלייג, גענוצט אין דער אָדער יענער צײַטשריפֿט.

אָבער דער הימל איז ניט בײַ דער ערד. מענטשן טראַכטן וועגן דעם ווי אַזוי צו מאַכן אונדזער לעבן גרינגער. אויף אַ באַווײַז פֿון אַזאַ טראַכטן האָב איך זיך אָנגעשטויסן אין דער זעלבער אינטערנעץ: איך מיין די מאַגיסטער־אַרבעט פֿון יעקבֿ פּרץ בלום, וואָס הייסט „Techniques for Automatic Normalization of Orthographically Variant Yiddish Texts‟ (academicworks.cuny.edu/cgi/viewcontent.cgi?article=1524&context=gc_etds). איך וועל ניט מאַכן אַן אָנשטעל, אַז איך האָב עס אין גאַנצן פֿאַרשטאַנען. נאָך מער: איך האָב אַפֿילו ניט געפּרוּווט עס צו פֿאַרשטיין. איך האָב יאָ (אפֿשר) געכאַפּט, אַז די פֿראַגע איז ניט בלויז אין דעם אויסלייג, נאָר אויך אין פֿאַרשיידענע סיסטעמען קאָדירונגען. דער עיקר, אָבער, אַז די אַרבעט ווערט געפֿירט.