מאַרווין טאָקײער — געוועזענער רבֿ אין יאַפּאַן

Marvin Tokayer - Former Rabbi in Japan

מאַרווין טאָקײער פֿירט אַ געשפּרעך מיט משה האָלצבערג
מאַרווין טאָקײער פֿירט אַ געשפּרעך מיט משה האָלצבערג

פֿון יוסף ברענער

Published May 21, 2015, issue of June 12, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

אינעם נײַעם בוך איז דאָ אַ באַזונדער קאַפּיטל וועגן די ייִדן פֿון אינדיע. מאַרווין האָט מיר דערציילט, אַז ער איז געווען באַקאַנט מיט דער משפּחה פֿון הרבֿ גבֿריאל און רבֿקה האָלצבערג, דערהרגעט אינעם טעראָריסטישן אַטאַק אין מומבײַ, אין 2008.

„ווען ס‘איז בײַ זיי געבוירן געוואָרן דער בכור, משהלע, בין איך גראָד דעמאָלט געווען אין דער שטאָט. רבֿקה האָט מיך געבעטן כ‘זאָל בענטשן איר זון. כ‘בין שוין אָבער צו יענער צײַט נישט געווען קיין רבֿ, נאָר רבֿקה האָט מיך אַזוי האַרציק געבעטן, אַז כ‘האָב איר נישט געקאָנט אָפּזאָגן. זי האָט מיך איבערצײַגט, אַז דער כּוח פֿונעם ליובאַוויטשער רבין, וואָס האָט מיך געבענטשט צו זײַן אַ שליח זײַנער אין יאַפּאַן, איז נאָך שטאַרק, ער קען נישט פֿאַרפֿאַלן ווערן!‟

מאַרווין האָט עס געטאָן און לויטן מינהג צוגעזאָגט צו שענקען דעם ייִנגעלע אַ מתּנה, וואָס ער האָט זי נישט איצט מיט זיך. ער האָט זיך דערמאָנט, אַז אין דער היים, אין אַמעריקע ליגט בײַ אים אַן אַלבאָם מיט מאַרקעס, וואָס ער האָט זיי געזאַמלט אין זײַנע קינדער־יאָרן; און ער האָט צוגעז אָגט רבֿקהן, אַז ווען ער וועט קומען צו זיי דאָס צווייטע מאָל, וועט ער מיט זיך דעם אַלבאָם מיטנעמען.

„מאָרגן וועל איך מײַן צוזאָג אויספֿירן, — האָט מיט אַ זיפֿץ אַרויסגעבראַכט מאַרווין, — איך דאַרף זײַן בײַ משהלעס פֿעטער, וואָס האָט אים גענומען צו זיך נאָכן עלטערנס טויט.‟

„דו ווייסט, — האָב איך זיך אָנגערופֿן, — נאָך יענעם שרעקלעכן אַטאַק אין מומבײַ האָט מרדכי שיינער געפֿרעגט בײַ מיר, צי מע וואָלט געקאָנט אויפֿשטעלן אין ביראָבידזשאַן אַן אָנדענקצייכן? ער האָט די משפּחה האָלצבערג אויך גוט געקענט און האָט זייער איבערגעלעבט זייער טראַגישן אומקום.‟

מאַרווין האָט מיט אינטערעס אויסגעהערט די געשיכטע אַרום דעם אָנדענקצייכן, דעם איינציקן אין גאַנץ רוסלאַנד. שפּעטער מיט עטלעכע וואָכן האָב איך באַקומען אַ קורצן ווידעאָ, וווּ מאַרווין און משה זיצן בײַ אַ טיש און רעדן ווי אַ זיידע מיטן אייניקל.

„ווען איך בין געווען אַזאַ ייִנגעלע ווי דו, — דערציילט מאַרווין, — פֿלעג איך זאַמלען מאַרקעס. צווישן די מאַרקעס פֿון פֿאַרשיידענע לענדער און מלוכה־פֿירער זײַנען אויך דאָ ישׂראל־מאַרקעס. נאָך דײַן געבוירן ווערן האָב איך צוגעזאָגט דײַן מאַמען, אַז כ‘וועל דעם אַלבאָם שענקען דיר. הײַנט טו איך עס מיט גרויס פֿאַרגעניגן. הײַנט זײַנען מיר געוואָרן מיט דיר פֿרײַנד, משה.‟

איצט, קוקנדיק אויפֿן בילד, וווּ צוויי משהס (מאַרווין, מיינט דאָך אויך, משה) זיצן איינער אַנטקעגן דעם צווייטן און באַטראַכטן די מאַרקעס, טראַכט איך בײַ זיך: מעגלעך, אַז ס‘איז טאַקע געשען אַ נס; אַז דאָס געראַטעוועטע קינד טראָגט אין זיך דעם כּוח, איבערגעגעבן אים פֿונעם ליובאַווישטער רבין.