ייִדיש אױף די ברעגן פֿונעם טײַך נעװאַ

Yiddish on the Banks of the Neva


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published May 22, 2015, issue of June 12, 2015.

דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר האָט זיך אַ סך געענדערט אין רוסלאַנד. די געזעלשאַפֿט, װאָס האָט געשעצט סטאַבילקײט און גוט לעבן, איז געװאָרן נערװעז און אומזיכער װעגן דער צוקונפֿט נאָך דעם פּלוצעמדיקן אַגרעסיװן קער אין דער רוסישער פּאָליטיק לגבי דער מערבֿ־וועלט. די מאַכט, װאָס רעדט מיטן פֿאָלק דורך מאַסן־מעדיאַ, איז ניט בכּוח צו פֿאַרענטפֿערן די סאַמע פּשוטע פֿראַגעס װעגן אירע צילן און צו דערקלערן, װאָס זשע קומט, סוף־כּל־סף, פֿאָר. פֿון אַלע װינקלען קריכן אַרױס אױסטערלישע פּאַרשױנען מיט סאַמע װילדע פּלענער, און אײניקע פֿון זײ װערן באַלד פֿאַרקערפּערט אין מלוכישע געזעצן. יעדן טאָג באַװײַזן זיך נײַע פּראָיעקטן: צו דערלױבן מענער צו האָבן עטלעכע פֿרױען, צו פֿאַרװערן אַבאָרטן, אָדער — פּוטינס סאַמע לעצטער אײַנפֿאַל — אַרױסצונעמען די רוסישע שפּראַך פֿון דער פֿילאָלאָגישער װיסנשאַפֿט!

מען דערװאַרט אַ נײַע כװאַליע פֿון ייִדישער עמיגראַציע, װאָס װעט ברענגען, קודם־כּל, קײן ישׂראל געבילדעטע יונגע לײַט פֿון גרױסע רוסישע שטעט; אָבער פֿריִער װילן מענטשן צוגרײטן פֿאַר זיך אַ באַזע אינעם נײַעם לאַנד, געפֿינען אַ גוטע דירה און אַרבעט, און דערבײַ ניט איבעררײַסן זײערע באַציִונגען מיט דער אַלטער הײם. מען פֿאָרט אַהין און צוריק, צװישן רוסלאַנד און ישׂראל, מען רעדט אַרום װי אַזױ צו לעבן צװישן צװײ װעלטן און פֿאַרדינען סײַ דאָ און סײַ דאָרט. די רוסישע עקאָנאָמיע איז ניט סטאַביל, דער רובל שפּרינגט אַראָפּ און אַרױף, און מען פֿאַרשטײט, אַז װײַטער קאָן זײַן נאָך ערגער.

מען האָט מורא, אַז פּוטין װעט אױפֿהערן צו זײַן „גוט פֿאַר די ייִדן‟, און אַנטיסעמיטן װעלן האָבן אַ דעה אין דער אינערלעכער פּאָליטיק. דערװײַל פֿאַרמאָגט פּוטין אַ פֿולע שטיצע מצד די אָפֿיציעלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, בפֿרט חב״ד און דעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס, װי אױך צװישן די ייִדישע גבֿירים. אָבער יענע אָרגאַניזאַציעס, װאָס האַלטן זיך בײַ דער זײַט פֿון דער אָפֿיציעלער פּאָליטיק, זײַנען אױף צרות. דער פּעטערבורגער ייִדישער קהילה־צענטער, װאָס האָט זיך מיט די יאָרן קונה־שם געװען װי אַ װיכטיקער לאָקאַל פֿון ייִדישער קולטור, האָט איבער דעם עקאָנאָמישן קריזיס פֿאַרלױרן אַ היפּשן טײל פֿון דער פֿינאַנציעלער שטיצע, װאָס ער פֿלעגט באַקומען פֿון די אָרטיקע גבֿירים. חוץ דעם, װאָס דער „צענטער‟ קאָן קױם־קױם אונטערהאַלטן זײַנע קולטורעלע און עפֿנטלעכע אַקטיװיטעטן, מוז ער אױך אָפּצאָלן אַ שװערע משכּנתּא דעם אַמעריקאַנער „דזשױנט‟. עס איז אַ ביטערע איראָניע, אַז די רײַכסטע און גרעסטע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציע, װאָס איר ציל איז בפֿירוש אונטערצושטיצן דאָס ייִדישע לעבן איבער דער װעלט, קאָן אין גיכן דערפֿירן אײנעם פֿון די בעסטע ייִדישע צענטערס — צו באַנקראָט!



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.