ייִדיש אױף די ברעגן פֿונעם טײַך נעװאַ

Yiddish on the Banks of the Neva


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published May 22, 2015, issue of June 12, 2015.

דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר האָט זיך אַ סך געענדערט אין רוסלאַנד. די געזעלשאַפֿט, װאָס האָט געשעצט סטאַבילקײט און גוט לעבן, איז געװאָרן נערװעז און אומזיכער װעגן דער צוקונפֿט נאָך דעם פּלוצעמדיקן אַגרעסיװן קער אין דער רוסישער פּאָליטיק לגבי דער מערבֿ־וועלט. די מאַכט, װאָס רעדט מיטן פֿאָלק דורך מאַסן־מעדיאַ, איז ניט בכּוח צו פֿאַרענטפֿערן די סאַמע פּשוטע פֿראַגעס װעגן אירע צילן און צו דערקלערן, װאָס זשע קומט, סוף־כּל־סף, פֿאָר. פֿון אַלע װינקלען קריכן אַרױס אױסטערלישע פּאַרשױנען מיט סאַמע װילדע פּלענער, און אײניקע פֿון זײ װערן באַלד פֿאַרקערפּערט אין מלוכישע געזעצן. יעדן טאָג באַװײַזן זיך נײַע פּראָיעקטן: צו דערלױבן מענער צו האָבן עטלעכע פֿרױען, צו פֿאַרװערן אַבאָרטן, אָדער — פּוטינס סאַמע לעצטער אײַנפֿאַל — אַרױסצונעמען די רוסישע שפּראַך פֿון דער פֿילאָלאָגישער װיסנשאַפֿט!

מען דערװאַרט אַ נײַע כװאַליע פֿון ייִדישער עמיגראַציע, װאָס װעט ברענגען, קודם־כּל, קײן ישׂראל געבילדעטע יונגע לײַט פֿון גרױסע רוסישע שטעט; אָבער פֿריִער װילן מענטשן צוגרײטן פֿאַר זיך אַ באַזע אינעם נײַעם לאַנד, געפֿינען אַ גוטע דירה און אַרבעט, און דערבײַ ניט איבעררײַסן זײערע באַציִונגען מיט דער אַלטער הײם. מען פֿאָרט אַהין און צוריק, צװישן רוסלאַנד און ישׂראל, מען רעדט אַרום װי אַזױ צו לעבן צװישן צװײ װעלטן און פֿאַרדינען סײַ דאָ און סײַ דאָרט. די רוסישע עקאָנאָמיע איז ניט סטאַביל, דער רובל שפּרינגט אַראָפּ און אַרױף, און מען פֿאַרשטײט, אַז װײַטער קאָן זײַן נאָך ערגער.

מען האָט מורא, אַז פּוטין װעט אױפֿהערן צו זײַן „גוט פֿאַר די ייִדן‟, און אַנטיסעמיטן װעלן האָבן אַ דעה אין דער אינערלעכער פּאָליטיק. דערװײַל פֿאַרמאָגט פּוטין אַ פֿולע שטיצע מצד די אָפֿיציעלע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, בפֿרט חב״ד און דעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס, װי אױך צװישן די ייִדישע גבֿירים. אָבער יענע אָרגאַניזאַציעס, װאָס האַלטן זיך בײַ דער זײַט פֿון דער אָפֿיציעלער פּאָליטיק, זײַנען אױף צרות. דער פּעטערבורגער ייִדישער קהילה־צענטער, װאָס האָט זיך מיט די יאָרן קונה־שם געװען װי אַ װיכטיקער לאָקאַל פֿון ייִדישער קולטור, האָט איבער דעם עקאָנאָמישן קריזיס פֿאַרלױרן אַ היפּשן טײל פֿון דער פֿינאַנציעלער שטיצע, װאָס ער פֿלעגט באַקומען פֿון די אָרטיקע גבֿירים. חוץ דעם, װאָס דער „צענטער‟ קאָן קױם־קױם אונטערהאַלטן זײַנע קולטורעלע און עפֿנטלעכע אַקטיװיטעטן, מוז ער אױך אָפּצאָלן אַ שװערע משכּנתּא דעם אַמעריקאַנער „דזשױנט‟. עס איז אַ ביטערע איראָניע, אַז די רײַכסטע און גרעסטע פֿילאַנטראָפּישע אָרגאַניזאַציע, װאָס איר ציל איז בפֿירוש אונטערצושטיצן דאָס ייִדישע לעבן איבער דער װעלט, קאָן אין גיכן דערפֿירן אײנעם פֿון די בעסטע ייִדישע צענטערס — צו באַנקראָט!

פּעטערבורג האָט אַ לאַנגע געשיכטע פֿון ייִדישער קולטורעלע טעטיקײט. דאָ האָט זיך אָנגעהױבן די ערשטע ייִדישע טאָג–צײַטונג אין רוסלאַנד „דער פֿרײַנד‟. די רוסלענדישע עפֿנטלעכע ביבליאָטעק האָט אײנע פֿון די בעסטע און פֿולסטע זאַמלונגען פֿון ייִדישע ביכער, בפֿרט פֿון די, װאָס זײַנען אַרױס אין דער רוסישער אימפּעריע און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. דער דאָזיקער אָפּטײל געפֿינט זיך אין אַ געבײַדע, װאָס קאָן זיך אײן טאָג פּשוט פֿאַנאַנדערפֿאַלן אױף שטיקער. אײניקע קאַרטלעך אינעם קאַטאַלאָג זײַנען אָנגעשריבן מיט דער האַנט נאָך אינעם 19טן יאָרהונדערט. אָבער עס אַרבעטן דאָרט עכטע „חסידים‟ פֿון ייִדיש. כּסדר מאַכט מען אַ נײַע אױסשטעלונג פֿון ייִדישע ביכער, װאָס װערט שפּעטער אַרױסגעשטעלט אױף דער אינטערנעץ. צװישן די לעצטע זײַנען געװען די אױסשטעלונגען פֿון זעלטענע אױסגאַבעס פֿון אײַזיק־מאיר דיק, פֿון אילוסטרירטע סאָװעטישע קינדער־ביכער, פֿון פּאָליטישער ליטעראַטור, און אַ סך אַנדערע. די פּרטימדיקע ביבליאָגראַפֿישע אינפֿאָרמאַציע מיט שער־בלעטער און אַ פֿאָרשערישן אַרײַנפֿיר קאָן מען זען אױף דער װעב־זײַט פֿון דער ביבליאָטעק //www.nlr.ru/exib

די ייִדישע שפּראַך ציט צו צו זיך אױך יונגע לײַט. איצט קאָן מען זיך אױסלערנען ייִדיש אין דעם סאַנקט–פּעטערבורגער אוניװערסיטעט און אין דעם ייִדישן קהילה־צענטער. אַרום פֿופֿצן ייִדיש־רעדנער האָבן באַזוכט מײַן רעפֿעראַט אין דעם ייִדישן קהילה־צענטער װעגן דעם באַרימטן װילנער כּלל־טוער, ד״ר יעקבֿ װיגאָדסקי. צװישן דעם עולם איז אױך געװען די ייִדישע שרײַבערין מאַשע ראָלניק, װעלכע האָט אַלײן איבערגעלעבט די װילנער געטאָ און נאַציסטישע לאַגערן, און זי האָט פֿאַרראָכטן אַ פּאָר פֿאַקטישע פֿעלערן אין מײַן לעקציע.

אין דעם 21סטן יאָרהונדערט איז פּעטערבורג אױך געװאָרן די הױפּטשטאָט פֿון די איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אױף רוסיש. צװישן די לעצטע פּובליקאַציעס, װאָס זײַנען אַרױס אינעם מאָסקװער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ („סופֿרים‟), זײַנען די װערק פֿון זלמן שניאור, יצחק באַשעװיס, י. י. זינגער, ישׂראל ראַבאָן, יוסף אָפּאַטאָשו, חיים גראַדע, דוד בערגעלסאָן און, אַװדאי, שלום־עליכם. מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק איז אין פּעטערבורג אַרױס אַ פּרעכטיקער אַלבום מיט די װערק פֿונעם ייִדישן קינסטלער און פֿאָרשער דוד האָבערמאַן.

דער אױפֿבלי פֿון ייִדיש אין פּעטערבורג איז אַ מין נס, װאָס איז מקוים געװאָרן צוליב דער מי פֿון אַ טוץ געטרײַע חסידים פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. מיט אַ יאָר צװאַנציק צוריק װאָלט אַזאַ נס אַרױסגערופֿן אַ סך התלהבֿות אין דער ייִדישער װעלט, אָבער הײַנט איז דאָס שױן מער ניט קײן חידוש. נאָר די צוקונפֿט פֿון ייִדיש און ייִדישער קולטור אין הײַנטיקן רוסלאַנד איז װײַט ניט זיכער. דער פּאָליטישער מצבֿ װערט אַלץ ערגער, און אַ פּשוטער עקאָנאָמישער קריזיס קאָן דערשטיקן די לעבעדיקע שפּראָצונגען.