דײַטשלאַנד־ישׂראל: דער נס פֿון 20סטן יאָרהונדערט

Germany and Israel: A 20th Century Miracle

דער דײַטשישער פּרעזידענט יאָכים גאַוק און דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין פּאָזירן בעת זיי קומען אָן אויף אַ פֿײַערונג לכּבֿוד 50 יאָר זינט מע האָט אָנגעהויבן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ישׂראל און דײַטשלאַנד
Getty Images
דער דײַטשישער פּרעזידענט יאָכים גאַוק און דער ישׂראלדיקער פּרעזידענט ראובֿן ריבֿלין פּאָזירן בעת זיי קומען אָן אויף אַ פֿײַערונג לכּבֿוד 50 יאָר זינט מע האָט אָנגעהויבן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ישׂראל און דײַטשלאַנד

פֿון איתן פֿינקעלשטיין

Published May 24, 2015, issue of June 12, 2015.

מיט 50 יאָר צוריק, דעם 12 מײַ 1965, איז אויף דער דיפּלאָמאַטישער בינע פֿאָרגעקומען אַ געשעעניש, וואָס פֿאַקטיש אַלע פֿאַראינטערעסירטע צדדים האָבן עס אָפּגעשאַצט ווי אַ נישט־רײַפֿס, צו אַן אײַליקס, אַפֿילו — אַ צווייפֿלהאַפֿטיקס, וואָס קאָן אַרויסרופֿן בלויז פּאָליטישע סקאַנדאַלן און, חלילה, דערפֿירן צו אַן אויפֿרײַס. די אָפּטימיסטן האָבן דאָס געשעעניש אָפּגעשאַצט, אין בעסטן פֿאַל, אַז ס׳וועט פֿאַרבלײַבן אין דער געשיכטע, ווי אַ ווייניק באַטײַטנדיקער אַקט. די רייד גייט וועגן דעם אָנשטעלן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן דער פֿעדעראַטיווער דײַטשישער רעפּובליק און מדינת־ישׂראל.

צוריק גערעדט, האָט מען עס געקאָנט פֿאַרשטיין: ס׳איז צו יענער צײַט אַדורך בלויז 20 יאָר, זינט ס׳זײַנען אויסגעלאָשן געוואָרן די אומברענג־אויוונס, וווּ עס זײַנען פֿאַרברענט געוואָרן זעקס מיליאָן ייִדן; זינט מ׳האָט אויפֿגעהערט אויפֿצורײַסן שילן, פֿאַרברענען ייִדישע הײַזער און גאַנצע שטעטלעך, באַרויבן ייִדישע בענק, מוזייען, פּריוואַטע גאַלעריעס און דאָס ייִדישע האָב־און־גוטס.

צו יענער צײַט זענען ס׳רובֿ ייִדישע אײַנוווינער אין ישׂראל באַשטאַנען דווקא פֿון די מענטשן, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, געוועזענע קאַצעטלער, וואָס האָבן פֿאַרלוירן אַלע זייערע נאָענטע מענטשן, שוין אָפּגערעדט וועגן זייערע היימען. צי האָבן אָט די מענטשן געקאָנט אַפֿילו צולאָזן דעם געדאַנק צו מאַכן שלום מיט רוצחים און תּלינים?

ישׂראל האָט געקאָכט און געזאָטן. די פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס האָבן פֿאַרפֿלייצט די גאַסן: „געלט פֿאַר בלוט פֿון פֿאַרפּײַניקטע און דערמאָרדעטע? קיין מאָל ניט!‟ וואָס שייך דײַטשלאַנד, איז דאָרט נאָך נישט געקומען צום סוף דער דענאַציפֿיקאַציע־פּראָצעס, דורכגעפֿירט פֿון דער אָקופּאַציע־מאַכט — בפֿרט דער אַמעריקאַנער. אַלע נאַצי־אָרגאַניזאַציעס און זייער סימבאָליק זענען געווען שטרענג פֿאַרווערט; די גרעסטע תּלינים — געמישפּט און געטייט, אָדער פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין תּפֿיסה. דאָס לאַנד האָט זיך געשטעלט אויפֿן וועג פֿון דעמאָקראַטישער אַנטוויקלונג; דעם נײַעם דור דײַטשן איז שווער געווען צו גלייבן אין דעם שוידער און רציחה, וואָס זייערע טאַטעס און זיידעס האָבן אָפּגעטאָן.

פֿון דעסטוועגן, האָבן נאָך געלעבט יענע, וועלכע האָבן געבראַכט היטלערן צו דער מאַכט, און זיך באַטייליקט אין די בלוטיקע שלאַכטן, בתוכם אינעם אומברענגען ייִדן. ביידע טיילן פֿונעם צעשפּאָלטענעם דײַטשלאַנד האָבן נישט געגלייבט, אַז די ייִדן וועלן זיי אַמאָל מוחל זײַן, יעדנפֿאַלס אין די נאָענטע 100 יאָר.

ס׳איז אָבער געשען אַ נס. נישט בלויז זײַנען אָנגעשטעלט געוואָרן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ישׂראל און דײַטשלאַנד, נאָר די באַציִונגען צווישן די ייִדן און דײַטשן זײַנען איבערגעוואַקסן אין אַן ענגער פֿרײַנדשאַפֿט. הײַנט זײַנען די פֿאַרבינדונגען צווישן ביידע לענדער אָפֿענע, פֿאַרטרוילעכע און פֿרײַנדלעכע. די רעגירונגען טרעפֿן זיך איין מאָל אין יאָר צו קאָנסולטירן זיך. נישט געקוקט אויף די חילוקי־דעות, וואָס שייך דער ישׂראל־פּאָליטיק אויף די שטחים, קאָן ישׂראל זיך פֿאַרלאָזן אויף דײַטשלאַנד; אפֿשר מער, ווי אויף אַן אַנדער אייראָפּעיִש לאַנד.

לאָמיר איצט אַ קוק טאָן, וואָס עס קומט פֿאָר אויף ביידע גאַסן. דעם ערשטן דײַטשישן אַמבאַסאַדאָר אין ישׂראל, ראָלף פּאַולס, האָבן די ישׂראלים פֿאַרוואָרפֿן מיט פּאָמידאָרן אין תּל־אָבֿיבֿ. הײַנט ציט דײַטשלאַנד צו די יונגע ישׂראלים, ווי אַ מאַגנעט. אין בערלין, למשל, אַרבעטן און לערנען זיך אַרום 20 טויזנט יונגע ישׂראלים. טויזנטער ישׂראל־טוריסטן קומען קיין דײַטשלאַנד פֿאַרברענגען זייערע וואַקאַציעס, און נישט ווייניק בלײַבט דאָ וווינען. 200 טויזנט ישׂראלים האָבן אַ דײַטשישן פּאַס, ווי אַ צווייטע בירגערשאַפֿט. די דײַטשן, פֿון זייער זײַט, וועלכע פֿלעגן אין די 1960ער־1970ער יאָרן פֿאָרן קיין ישׂראל צו אַרבעטן אין די קיבוצים, קומען הײַנט אַהין ווי טוריסטן.

פֿאַרשטייט זיך, נישט אַלץ איז אַזוי גלאַטיק. אינטערעסאַנט, אַז דײַטשלאַנד איז אין ישׂראל מער פּאָפּולער, ווי ישׂראל אין דײַטשלאַנד. 62 פּראָצענט דײַטשן שאַצן נעגאַטיוו אָפּ די ישׂראל־פּאָליטיק. געשען איז עס אין דער צײַט פֿון שרעדערס רעגירונג, ווען די דײַטשישע מעדיאַ האָט אויסגעגאָסן איר בייזע אַנטי־ישׂראלדיקע פּראָפּאַגאַנדע. און כאָטש דער איצטיקער קאַנצלערין, אַנגעלאַ מערקעל, האָט זיך אײַנגעגעבן אײַנצושטילן די אַנטי־ישׂראלדיקע מעדיאַ־היסטעריע, רײַסן זיך נאָך אַלץ דורך מיאוסע אויפֿגעבראַכטע קולות. די הויפּט־סיבה דערפֿון קומט אַרויס פֿון דער וואַקסנדיקער כוואַליע אימיגראַנטן פֿון די אַראַבישע לענדער, בפֿרט פֿון סיריע.

ווי עס זאָל נישט זײַן, גייען ווײַטער אָן אַקטיווע פֿאַרבינדונגען צווישן ביידע לענדער אין תּחום פֿון עקאָנאָמיע, וויסנשאַפֿט און קולטור. אויך אויפֿן פֿעלד פֿון מיליטער, נישט געקוקט אויפֿן דרוק פֿון די אַראַבישע לענדער, זעצט זיך פֿאָר אַ דערפֿאָלגרײַכע מיטאַרבעט. ווי אַ פֿאַקט דערצו, דינט דער אָפּמאַך, אונטערגעשריבן דעם 11טן מײַ, וועגן קויפֿן בײַ דײַטשלאַנד 4 שלאַכט־שיפֿן; און פֿאַר דעם — אונטערוואַסער־שיפֿן, טאַנקען־מאָטאָרן און אַנדערע טעכנישע מיטלען.

ווי אַזוי זשע האָט זיך אָנגעהויבן דער נס — דער שלום און פֿרײַנדשאַפֿט צווישן דײַטשן און ייִדן? קודם־כּל, דאַרף מען אָנרופֿן די נעמען פֿון צוויי גרויסע פּערזענלעכקייטן: דער ערשטער ישׂראל־פּרעמיער, דוד בן־גוריון און דער ערשטער קאַנצלער נאָך דער מלחמה, קאָנראַד אַדענאַוער. די היסטאָריקער האַלטן, אַז די ביידע פּאָליטיקער האָבן עס דערגרייכט צוליב זייער פּראָגמאַטישן פֿאַרשטאַנד. ריכטיק, די ביליאָניקע רעפּאַראַציעס פֿון דײַטשלאַנד — דער אָפּמאַך, וואָס איז דערגרייכט געוואָרן נאָך פֿאַרן אָנשטעלן דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען, האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע בײַם שאַפֿן אַ סאָפֿיסטיקירטע מיליטערישע אינדוסטריע אין ישׂראל, בײַם אויפֿבויען און פֿאַרברייטערן דעם ים־ און לופֿט־פּאָרטן; בײַם אײַנקויפֿן נאַפֿט און געווער.

און כאָטש אין ישׂראל רעדט מען נישט וועגן דעם אויף אַ קול, איז עס אַ פֿאַקט, וואָס מע קען אים נישט אויסמײַדן!

צוריק געשמועסט, וואָלט דער הוילער פּראָגמאַטיזם געווען נישט גענוג, ווען פֿאַרן חורבן, פֿאַר דער קאָלאָסאַלער טראַגעדיע וואָלט אין דײַטשלאַנד נישט עקזיסטירט אַ טויזנט־יאָריק ייִדיש לעבן. דווקא אין דײַטשלאַנד האָט זיך אַנטוויקלט אין פֿולן פּראַכט די אַשכּנזישע עדה, מיט איר אייגענער שפּראַך, ייִדיש, מיט איר באַזונדערן רעליגיעזן און סעקולערן לעבנס־שטייגער, און נאָך און נאָך…

מיר מוזן שטענדיק געדענקען דעם חורבן, אָבער מיר טאָרן אויך נישט פֿאַרגעסן אונדזערע בשותּפֿותדיקע 1,000 יאָר.