וואַגנערס „פּאַרסיפֿאַל‟ און קבלה

Wagner's Parsifal and Kabbalah

Ken Howard/Metropolitan Opera

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published May 24, 2015, issue of June 12, 2015.

הײַיאָר, אין שײַכות מיטן 70־יאָריקן יוביליי נאָכן גרויסן נצחון איבער נאַצי-דײַטשלאַנד, האָט די פּרעסע ווידער דערמאָנט די אַלטע קאָנטראָווערסיע אַרום דעם קלאַסישן דײַטשישן קאָמפּאָזיטאָר ריכאַרד וואַגנער. הגם ער איז געשטאָרבן אינעם יאָר 1883, לאַנג פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווערט וואַגנער אָפֿט אַסאָציִיִרט מיט די נאַציס, ווײַל זיי האָבן באַזונדערס הויך אָפּגעשאַצט זײַנע ווערק. דערצו, איז וואַגנער געווען אַ ווילדער ראַסיסט און פֿאַרברענטער אַנטיסעמיט.

פֿון דער צווייטער זײַט, טרעפֿן זיך צווישן די ייִדישע פֿײַנשמעקער פֿון קלאַסישער מוזיק נישט ווייניק הייסע ליבהאָבער פֿון וואַגנערס לאַנגע עפּישע אָפּערעס. מיט צוויי יאָר צוריק, האָט דער הײַנטצײַטיקער אַמעריקאַנער קאָמפּאָזיטאָר סטיוו כּהן, באַקאַנט מיט זײַנע כּמו-חזנישע כאָראַל־ווערק און אָראַנזשירונגען, פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן אַנאַליז, לויט וועלכן וואַגנערס לעצטע אָפּערע „פּאַרסעפֿאַל‟ איז דאָס „סאַמע־ייִדישע פֿון זײַנע מײַסטערווערק‟.

זיך האַלטן בײַ כּהנס מיינונג, באַקומט זיך, אַז אין יעדן הויפּט-העלד פֿון דער דרײַ-אַקטיקער לאַנגער אָפּערע קאָן מען דערזען אַ ייִדישן טעם, און אַז יעדעס געשעעניש איז פֿאַרבונדן מיט ייִדישקייט. למשל, דעם ריטערישן קרײַז פֿון מאָנאַכן אויפֿן באַרג מאָנטסאַלוואַט קאָן מען באַטראַכטן ווי אַ מנין בײַם דאַוונען, דעם מיסטעריעזן „הייליקן גראַאַל‟ (Holy Grail אויף ענגליש) — ווי אַ ריזיקן קידוש־בעכער. אין דער אָפּערע ווערט דערציילט, ווי אַמפֿאָרטאַס, דער קיניג איבער די ריטער, וואָס היטן דעם „גראַאַל‟, טובֿלט זיך אין אַ מיסטישער אָזערע, ווי אין אַ מין מיקווה, כּדי אויסצוהיילן זײַנע וווּנדן. עס באַקומט זיך אַ גאַנץ שׂכלדיקע אינטערפּערטאַציע, לויט וועלכער אַלע טיילן פֿון דער אָפּערע קאָן מען אויפֿנעמען ווי אַ ייִדישע מעשׂה.

כּהנס עסיי איז אָנגעשריבן געוואָרן ווי אַן אָפּרוף אויף דער טעאַטראַלישער פֿילם־ווערסיע פֿון „פּערסיפֿאַל‟, געשאַפֿן פֿאַר דער ניו־יאָרקער מעטראָפּאָליטאַנער אָפּערע דורכן קאַנאַדישן רעזשיסאָר פֿראַנסואַ זשעראַר. הגם דער אַנאַליז האָט אַ קאָמישן טעם, איז טאַקע אמת, אַז געוויסע עלעמענטן פֿון דער אָפּערע דערמאָנען אין באַקאַנטע ייִדישע מאָטיוון און רבי נחמן בראַצלעווערס וווּנדערלעכע מיסטישע „סיפּורי־מעשׂיות‟.

וועגן וואַגנערס שאַפֿונגען, וועלכע האָבן פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿאַר אומצאָליקע שפּעטערדיקע מוזיקאַלישע ווערק, ווי אויך וועגן זײַן באַציִונג צו ייִדן און ייִדישע אָפּשאַצונגען פֿון זײַן מוזיק, זענען שוין אָנגעשריבן געוואָרן גאַנצע ביכער. ווען הערמאַן לוי, דער ייִדישער דיריגענט פֿונעם מינכענער אָפּערע-הויז, האָט אַראַנזשירט די פּרעמיערע פֿון „פּאַרסיפֿאַל‟ אינעם יאָר 1882, האָט וואַגנער נישט געוואָלט, אַז אַ ייִד זאָל זיך באַשעפֿטיקן אין זײַן „סאַמע־קריסטלעכער שאַפֿונג‟, ווײַל „די ייִדישע ראַסע איז דער שׂונא פֿון דער מענטשהייט‟. ס׳איז נישט קיין חידוש, אַז די ווערק פֿון אַזאַ פֿאַרביסענעם אַנטיסעמיט האָבן אויסגענומען אינעם „דריטן רײַך‟.