ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

דער לעקטאָר יורי לעווינג
דער לעקטאָר יורי לעווינג

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published May 27, 2015, issue of June 12, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

ייִדישער מוזיי: אַ רעפֿעראַט וועגן חנה אַרענדט

אינעם ייִדישן מוזיי איז דינסטיק, דעם 26סטן מײַ, פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש, געווידמעט חנה אַרענדט, דער גרעסטער סאָציאַלער פֿילאָסאָפֿין פֿון דעם 20סטן י״ה. דעם רעפֿעראַט וועגן דעם באַגריף פֿון טעטיקייט און דער פּראָבלעם פֿון פֿאַרענטווערטלעכקייט אין איר פֿילאָסאָפֿיע האָט געהאַלטן אַלכּסנדר פֿיליפּאָוו, סאָציאָלאָג און פֿילאָסאָף. ער האָט גערעדט וועגן אַרענדטס פֿילאָסאָפֿישער פּובליציסטיק, וועגן איר באַזיניקן דעם טאָטאַליטאַריזם און דעם מישפּט איבער אַדאָלף אַײַכמאַן אין ישׂראל; פֿון דאָרטן האָט זיך גענומען די אידעע פֿון פֿאַרענטפֿערלעכקייט ווי אַ רעכטלעכע קאַטעגאָריע און וועגן דער קאָלעקטיווער פֿאַרענטפֿערטלעכקייט פֿון דער מלוכה.

אַ זיצונג פֿון דעם אויפֿזיכט־ראַט פֿון ייִדישן מוזיי

און די לעצטע ידיעה איז אויך פֿאַרבונדן מיטן ייִדישן מוזיי, וווּ ס׳איז פֿאָרגעקומען אַ זיצונג פֿון דעם אויפֿזיכט־ראַט. דער פֿאָרזיצער איז דער רוסישער אָליגאַרך וויקטאָר וועקסעלבערג; צווישן די מיטגלידער פֿונעם ראַט זענען דאָ אי רוסישע נגידים פֿונעם ייִדישן אָפּשטאַם, אי די פֿאַרטרעטער פֿון רעליגיעס: דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסישן חב״ד, ר׳ בערל לאַזאַר, דער הויפּט־מופֿטי פֿון רוסלאַנד, ראַוויל גײַנוטדין, און דער פּראַוואָסלאַוונער מיטראָפּאָליט, יוּווענאַלי. די רייד זענען געגאַנגען וועגן די דערגרייכונגען און די פּערספּעקטיוון פֿונעם מוזיי. דאָס יאָר האָט דער מוזיי באַקומען עטלעכע פּרעמיעס און באַלוינונגען, עס האָבן אים באַזוכט 170 טויזנט מענטשן שוין דאָס יאָר, עס זענען דורכגעפֿירט געוואָרן עטלעכע וויכטיקע אויפֿטוען, און, זעט אויס, אַז די באַציִונגען צווישן חב״ד און דער רוסלעדנישער מלוכה זענען ווידער וואַרעם און נאָענט.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.