מעגלעכע שׂכר־לימוד־שטיצע אין ניו־יאָרק

A Possible Break in Jewish Day School Tuition

דער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר, אַנדרו קואָמאָ, נאָכן אָפּהאַלטן אַ רעדע אויף אַ מאַניפֿעסטאַציע לטובֿת דער „לעגיסלאַציע צו געבן עלטערן אַ דעה אין בילדונג‟, דעם 17טן מײַ, 2015
NYS Governor’s Office/Kevin P. Coughlin
דער ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר, אַנדרו קואָמאָ, נאָכן אָפּהאַלטן אַ רעדע אויף אַ מאַניפֿעסטאַציע לטובֿת דער „לעגיסלאַציע צו געבן עלטערן אַ דעה אין בילדונג‟, דעם 17טן מײַ, 2015

פֿון אוריאל הײַלמאַן (ייִט״אַ)

Published May 29, 2015, issue of June 26, 2015.

ניו־יאָרק. — ווען ראָוד־אײַלאַנד האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק אײַנגעפֿירט אַ שטײַער־קרעדיט־פּראָגראַם פֿאַר משפּחות מיט קינדער אין פּריוואַטע טאָגשולן, האָבן די צוויי אָרטיקע ייִדישע טאָגשולן שטאַרק גענאָסן דערפֿון. שוין אינעם ערשטן יאָר האָבן די תּלמידים באַקומען סטיפּענדיעס מיט אַ ווערט פֿון, בסך־הכּל, $400,000.

אין פֿלאָרידע, האָט אַן ענלעכע פּראָגראַם גורם געווען 10 מיליאָן דאָלאַר אַ יאָר לטובֿת סטיפּענדיעס פֿאַר די ייִדישע טאָגשולן און ישיבֿות, און אירע תּלמידים.

און איצט וועט אפֿשר ניו־יאָרק, וואָס האָט מער תּלמידים אין ייִדישע טאָגשולן און ישיבֿות (בערך 150,000) ווי אַלע אַנדערע שטאַטן אין איינעם, אויך אפֿשר אײַנפֿירן אַ דערציִונג־שטײַער־פּראָגראַם, וואָס קאָן באַזאָרגן משפּחות פֿון טאָגשול־תּלמידים מיט פֿינאַנציעלער שטיצע.

מיט צוויי וואָכן צוריק האָט קואָמאָ געמאָלדן, אַז ער וויל, אַז די שטאַט־אַסעמבלעע זאָל אָננעמען זײַן פֿאָרלייג אײַנצופֿירן די פּראָגראַם, Parental Choice in Education Act [געזעץ צו געבן עלטערן אַ דעה אין בילדונג], איידער די קאָנגרעס־לײַט צעפֿאָרן זיך אויפֿן זומער דעם 17טן יוני. לויט דעם פּלאַן, וועלן די מנדבֿים פֿון די אָרגאַניזאַציעס, וואָס טיילן אויס סובסידיעס פֿאַר פּריוואַטע שול־תּלמידים, קריגן אַ שטײַער־קרעדיט פֿון 75%, און יעדע משפּחה פֿון די טאָגשול־תּלמידים, וואָס פֿאַרדינט ווייניקער פֿון $60,000 אַ יאָר, וועט קריגן אַ שטײַער־קרעדיט פֿון $500. משפּחות, וואָס פֿאַרדינען ווייניקער ווי $250,000 ־ $300,000 אַ יאָר וועלן אויך קאָנען קריגן סובסידיעס, בפֿרט אויב זיי האָבן אַ סך קינדער.

די פֿראַגע איז, צי די אַקטיוויסטן פֿאַר די טאָגשולן און פּריוואַטע שולן וועלן קענען דורכברעכן די אָפּאָזיציע פֿון די לערער־יוניאָנס און די מלוכה־שול־אַקטיוויסטן. צי וועלן די דרײַ הויפּט־פֿיגורן — דער גובערנאַטאָר, דער אַסעמבלעע־ספּיקער און דער מאַיאָריטעט־פֿירער פֿונעם שטאַט־סענאַט, קאָנען דערגרייכן אַן אָפּמאַך, וואָס נעמט אַרײַן די דאָזיקע פּראָגראַם?

„איידער דער גובערנאַטאָר האָט אַזוי שטאַרק און עפֿנטלעך פֿאַרטיידיקט די פּראָגראַם, האָב איך געהאַט גרויסע ספֿקות, צי ס׳וועט הײַיאָר עפּעס געטאָן ווערן וועגן דעם ענין,‟ האָט באַמערקט דוד צוויבל, דער עקזעקוטיוו־וויצע־פּרעזידענט פֿון „אַגודת־ישׂראל פֿון אַמעריקע‟ — די חרדישע אָרגאַניזאַציע, וואָס קעמפֿט שוין יאָרן לאַנג פֿאַר מלוכישע פֿאָנדן לטובֿת די ייִדישע שולן. „איצט האַלטן מיר, אַז ס׳קאָן טאַקע מקוים ווערן, און דערפֿאַר מאָביליזירן מיר שוין די עלטערן־פֿאַרוואַלטונגען אין אונדזערע שולן אויסצודריקן זייער שטיצע פֿאַר דער לעגיסלאַציע — טעלעפֿאָניש, דורך בליצפּאָסט, אפֿשר אַפֿילו ברענגען אַ גרופּע קיין אָלבאַני.

אויב די פּראָגראַם וועט אָנגענומען ווערן, מיינט עס אָבער נישט, אַז אַ מנדבֿ קען גיבן געלט דירעקט צו זײַן קינדס טאָגשול. בלויז נדבֿות צו די סטיפּענדיע־אָרגאַניזאַציעס וועלן זײַן ראָוי צו קריגן דעם שטײַער־בענעפֿיט.

די קעגנער פֿון דער לעגיסלאַציע טענהן, אַז אַזאַ רעגירונג־שטיצע פֿאַר פּריוואַטע און רעליגיעזע שולן וועלן קומען אויפֿן חשבון פֿון די מלוכה־שולן, אָבער דזשעף לעב, דער פֿאַרוואַלטער פֿון רעגירונג־ענינים בײַ דער ניו־יאָרקער פֿעדעראַציע זאָגט, אַז ס׳איז נישט אַזוי. „די עלטערן פֿון טאָגשול־תּלמידים האָבן פֿאַרדינט פֿינאַנציעלע שטיצע פֿון דער רעגירונג, ווײַל צוליב דעם, וואָס זייערע קינדער לערנען זיך נישט אין די מלוכה־שולן, שפּאָרן די מלוכה־שולן אײַן די הוצאָות פֿון דערציִען אַנדערע קינדער,‟ האָט ער געזאָגט.