„לך־לך‟ — פֿאָטאָגראַפֿיעס־אױסשטעלונג

Photo Exhibit: “Go to the Land That I Show You”

אליעזר מאַנסבאַך, 1948
אליעזר מאַנסבאַך, 1948

פֿון סמאַדאַר ספּעקטאָר־דאַנאָן (ישׂראל)

Published May 31, 2015, issue of June 26, 2015.

די שטאָט חולון פֿײַערט 75 יאָר פֿון איר עקזיסטענץ. צװישן אַנדערע האָט דער מוזיי „לתולדות חולון‟ (געשיכטע־מוזײ פֿון חולון) אױפֿגעשטעלט אַ בילדער־עקספּאָזיציע פֿון די ערשטע יאָרן פֿון דער שטאָט בפֿרט, און פֿון דער מדינה בכלל. די פֿאָטאָגראַפֿיעס זענען אַראָפּגענומען געװאָרן דורכן דאָקטער אליעזר מאַנסבאַך, פֿון די ערשטע אָנגעזעענע אײַנװױנער פֿון דער געגנט קרית־עבֿודה, חולון.

דאָקטער מאַנסבאַך איז געבױרן געװאָרן אין קאַרלסרוהע, דײַטשלאַנד, אין יאָר 1902. זײַן הײם איז געװען אָנגעפֿולט מיט דער אַטמאָספֿער פֿון קולטור און השׂכּלה. אין זײַן יוגנט איז ער געװען טעטיק אין דער ייִדישער קהילה און אין דער ציוניסטישער יוגנט־באַװעגונג „בלױ־װײַס‟. ער האָט געלערנט אין די אוניװערסיטעטן פֿון פֿרײַבורג, באָן און בערלין, און געענדיקט זײַנע לימודים ווי אַ צײן־דאָקטער. ער האָט געדינט ווי אַ דירעקטאָר פֿון צײן־קליניק פֿון דער „קרופּ־באַסען‟־אונטערנעמונג, װוּ ער האָט באַקומען דערפֿאַרונג אין געביט פֿון אָרגאַניזירן און אָנפֿירן מיט געזעלשאַפֿטלעכער געזונט־באַדינונג. גלײַכצײַטיק האָט ער פֿאָרגעזעצט מיט זײַן ציוניסטישער טעטיקײט און איז געשטאַנען בראָש פֿון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע אין דער שטאָט, װוּ ער האָט געװױנט.

מיטן אױפֿקום פֿון נאַציזם, האָט ער אין יאָר 1933 באַשלאָסן עולה זײַן קיין ארץ־ישׂראל. אַ יאָר שפּעטער זײַנען אױך עולה געװען זײַן פֿרױ און זײַנע צװײ טעכטער. בײַם אָנהײב האָט ער געװױנט אין תּל־אָבֿיבֿ, װוּ ער האָט געדינט ווי דער הױפּט־צײן־דאָקטער פֿון דער צײן־דאָקטערס־אָרגאָניזאַציע. שפּעטער איז ער געװאָרן פֿון די ערשטע אײַנװױנער, װאָס האָבן זיך באַזעצט אין חולון (קרית־עבֿודה) און האָט באַדינט די שטאָט חולון ווי דער פֿאַרװאַלטער פֿונעם טעכנישן דעפּאַרטאַמענט בײַ דער אָרטיקער שטאָט־פֿירערשאַפֿט.

זײַנע עלטערן זײַנען געקומען אױף אַ באַזוך אין לאַנד און צוריקגעפֿאָרן קײן דײַטשלאַנד. זײַן מוטער איז געשטאָרבן אין פֿראַנקרײַך, אין קאָנצענטראַציע־לאַגער, און זײַן פֿאָטער, אַ לעבן־געבליבענער פֿון די לאַגערן אין פֿראַנקרײַך, האָט עולה געװען אין יאָר 1943. דעם סערטיפֿיקאַט פֿאַר זײַן פֿאָטער האָט דאָקטער מאַנסבאַך געקױפֿט פֿאַרן געלט, װאָס ער האָט באַקומען פֿון דער פּרעמיע אין די ראַמען פֿון קינבײן־געזונט.

דאָקטער מאַנסבאַך האָט אױך אַנטװיקלט די סאָציאַלע צײן־הײלונג, און זיך אָפּגעגעבן מיט דער באַשעפֿטיקונג און אַבסאָרבציע פֿון די נײַע עולים, צײן־דאָקטוירים, איבערן גאַנצן לאַנד. אין מאַרץ 1948, זײַענדיק בײַ זיך אין שטוב, אין חולון, איז ער פֿאַרװוּנדעט געװאָרן פֿון אַ קױל, װאָס איז געשאָסן געװאָרן פֿון דער אַראַבישער געגנט תּל־א־ריש. א פּאָר טעג שפּעטער איז ער געשטאָרבן. נאָך זײַן טױט האָט די הױפּט־קליניק פֿון „קופּת־חולים כּללית‟ באַקומען זײַן נאָמען.

די אױסשטעלונג אַנטהאַלט בילדער, װאָס דאָקטער מאַנסבאַך האָט פֿאָטאָגראַפֿירט אין לאַנד אין די 1930ער און 1940ער יאָרן. די פֿאָטאָגראַפֿיעס זענען גענומען געװאָרן פֿון דעם פּריװאַטן אַרכיװ פֿון זײַן טאָכטער שושנה מאַנסבאַך־מאַרקוס, פֿון דרײַ אַלבאָמען װאָס דאָקטער מאַנסבאַך האָט אַלײן צוזאַמענגעשטעלט אױף צו פֿאַראײביקן די געשיכטע פֿון זײַן משפּחה, פֿון זײַן יוגנט ביז די 1940ער יאָרן. דעם ערשטן אַלבאָם האָט ער אַ נאָמען געגעבן „לך־לך‟, און אַנטהאַלט זײַן עליה און די פּאַנאָראַמען װאָס ער האָט געזען, ליב געהאַט, און פֿאָטאָגראַפֿירט אין ארץ־ישׂראל. די צװײ אַנדערע אַלבאָמען האָט ער אַ נאָמען געגעבן „תּתרגל‟ (געװױן זיך צו) און „אם תּרצו — אין זו אַגדה‟ (אױב איר װעט װעלן, איז עס נישט קײן לעגענדע).

דאָקטער מאַנסבאַך האָט זיך אױסגעצײכנט מיט קינסטלערישע פֿעיִקײטן. פֿאַרן לערנען צײן־מעדיצין האָט ער געלערנט הױכע קונסט־לימודים. נאָך פֿון קינדװײַז אָן, האָט ער ליב געהאַט צו פֿאָטאָגראַפֿירן. די בילדער פֿון דער אױסשטעלונג זענען אַראָפּגענומען געװאָרן מיטן דײַטשישן „אַליפֿלעקס‟־פֿאָטאָ־אַפּאַראַט, פּאָפּולער בײַ די פּראָפֿעסיאָנעלע און אַמאַטאָר־פֿאַטאָגראַפֿן אין די 1920ער יאָרן. זײ צײכענען זיך אױס מיט קװאַליטעט, שײנקײט, קלאָרקײט און לױטערקײט.

די בילדער זענען אַן אױסדרוק פֿון זײַן שטאַרקן אינטערעס צו אַלעמען, װאָס ס‘קומט פֿאָר, און פֿון דעם אײַנדרוק, װאָס די מענטשן, די פּאַנאָראַמען, די דערשײַנונגען און בכלל די געשעענישן האָבן אױף אים געמאַכט. די בילדער טראַנסמיטירן שטימונג, בױונג, ציוניסטישע טוּוּנג, באַגײַסטערונג פֿון דער שאַפֿונג און מענטשלעכקײט. די טעמעס פֿון די פֿאָטאָגראַפֿיעס זענען משפּחה, זײַן װױנונג אין תּל־אָבֿיבֿ און אין חולון, קרית־עבֿודה, פֿאַרשײדענע ראַיאָנען אין לאַנד, לעבנס־שטײגער, אַראַבישע סבֿיבֿה און אײַנװױנער, בױונג און אַנטװיקלונג פֿון ייִדישן ייִשובֿ, סײַ פֿיזיש און סײַ צערעמאָניעל, ימים־טובֿים, געשעענישן א”אַנד.

זײַן אַנטציקונג פֿונעם אױפֿבױ פֿון ייִשובֿ אין לאַנד, האָט ער אױסגעדריקט מיט די װערטער: „דאָס לעבן איז אַזױ מעכטיק און טײַער, אַז איך באַמי זיך עס אין גאַנצן אױסלעבן. ענלעכע אַזעלכע תּקופֿות האָב איך געהאַט אין מײַן לעבן. אָבער די איז די גרעסטע, װײַל זי באַשטײט פֿון דעם אױפֿקום פֿון אונדזער פֿאָלק‟.

פֿון עבֿרית: לײבל בלינדער

  • Image 1
  • Image 2
  • Image 3
  • Image 4