ייִדישע טראַמווײַ־לידער: אַ נײַ קאָמפּאַקטל

Yiddish Streetcar Songs: A New CD


פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published June 02, 2015, issue of June 26, 2015.

מאָטאָרמאַן, מאָטאָרמאַן
קלינג דעם גלאָק, קלינג דעם גלאָק!
אויטאָס טאַנצן דיר אין וועג
דורך די נעכט און דורך די טעג.
(שמעון נעפּאָם, „צו דעם מאָטאָרמאַן‟)

ווען איך האָב געהערט, אַז ס׳איז לעצטנס אַרויס אַ נײַע רעקאָרדירונג מיטן נאָמען „טראַמווײַ־לידער‟, האָב איך געטראַכט, אַז דאָס מוז זײַן אַ זאַמלונג פֿריילעכע זינגלידער פֿאַר קינדער. אין מײַן פֿאַנטאַזיע רופֿט דאָך אַרויס דער אימאַזש פֿון אַ טראַמווײַ אַזוינע אַסאָציאַציעס ווי אַ נאַיִווע הנאה האָבן פֿונעם לעבן, און דאָס זען די גרויסע וועלט צום ערשטן מאָל. באַשעוויס האָט אַפֿילו אַזאַ דערציילונג, אין וועלכער ער באַשרײַבט, אַז ווי אַ קינד האָט ער באַקומען אַ ביסל געלט פֿאַר אַ גאַנג, וואָס ער איז געגאַנגען, און איז געפֿאָרן אויף אַ טראַמווײַ אין וואַרשע. דער רעש און געטומל, די „מאָדנע‟ מענטשן פֿון דער מעטראָפּאָליע האָט ער לאַנג געדענקט.

אָבער ווען איך האָב זיך צוגעהערט צום קאָמפּאַקטל Tramvay Lider - Streetcar Songs, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז דער כּוח־הדמיון האָט מיך געפֿירט אויף אַ פֿאַלשן וועג. „טראַמווײַ־לידער‟ איז אַ זאַמלונג פֿון נײַע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס אויף די ווערטער פֿונעם טאָראָנטער פּאָעט שמעון נייפּאָם, געשאַפֿן פֿון טשאַרלז העלער, און איז אַן ערנסטער מעלאַנכאָלישער לידער־ציקל.

מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט דער טאָראָנטער ייִדישער כּלל־טוער און שרײַבער דזשערי קיין דערציילט וועגן דעם ייִדישן פּאָעט נעפּאָם אין זײַן רובריק אין דער קאַנאַדער ענגלישער צײַטונג „קאַנאַדער ייִדישע נײַעס‟. ער האָט דאָרטן אָפּגעדרוקט נעפּאָמס ליד „דער קאָנדוקטאָר‟, און דערציילט, אַז ער פֿלעג פֿאָרן אויף נעפּאָמס טראַמווײַ, ווען ער איז געווען אַ קינד אין טאָראָנטאָ. ווען העלער האָט זיך נאָכגעפֿרעגט וועגן אים, האָט קיין אים געשיקט נאָך לידער פֿון נעפּאָם. „ווען איך האָב געלייענט די לידער, האָבן זיי אויף מיר געמאַכט אַ רושם — אַזוי ענלעך דאָך צו פֿראַנץ שובערטס ’ווינטער־רײַזע‘ — בילדער פֿון נאַכט, טונקלקייט, קעלט, שניי, דאַכטענישן און ספֿקות וועגן דעם דיכטערס אידענטיטעט‟, האָט העלער אונדז דערציילט אין אַ בריוו. די לידער האָבן אים אינספּירירט אַרויסצוגעבן די רעקאָרדירונג.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.