רוסישע פֿילאָסאָפֿיע בײַ ייִדן

Russian Philosophy and the Jews

הלל צייטלין (רעכטס) און וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו
הלל צייטלין (רעכטס) און וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 03, 2015, issue of June 26, 2015.

צו ביסלעך, ווערט די רוסישע פֿילאָסאָפֿיע מער צוטריטלעך דעם ענגלישן לייענער. פֿונעם 11טן ביז 13טן יוני, וועט אין קראָקע, אינעם קאַטוילישן אוניווערסיטעט אויפֿן נאָמען פֿונעם פּויפּסט יאָהאַן דעם צווייטן, פֿאָרקומען אַ יערלעכע אינטערנאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ פֿון רוסישער פֿילאָסאָפֿיע. אויפֿן סמך פֿון דער פֿאָריקער קאָנפֿערענץ, איז אין קראָקע נישט לאַנג צוריק אַרויס אויף ענגליש דאָס בוך „אמונה און שׂכל אינעם רוסישן געדאַנק‟, געווידמעט על־פּי־רובֿ קריסטלעכע טעמעס.

די השפּעה פֿון אַלט־גריכישע און מוסולמענישע פֿילאָסאָפֿן אויף די מיטל־עלטערלעכע ייִדישע דענקער איז אַ באַקאַנטער פֿאַקט. יעדעס יאָר באַווײַזן זיך נײַע אינטערעסאַנטע פֿאָרשונגען אינעם דאָזיקן געביט. ס׳איז אויך באַקאַנט, אַז דון יצחק אַברבנאל און אַנדערע קלאַסישע ייִדישע חכמים האָבן נישט ווייניק געשעפּט פֿון טאָמאַס אַקווינאַס און אַנדערע קריסטלעכע פֿילאָסאָפֿן, הגם אַקווינאַס אַליין איז פֿאַקטיש געווען, אין אַ גרויסער מאָס, אַ קאַטוילישער קאָמענטאַטאָר פֿונעם רמב״מס „מורה נבֿוכים‟.

די באַציִונג פֿון ייִדן צו דער ספּעציפֿיש רוסישער פֿילאָסאָפֿיע איז אָבער אַ ווייניק געפֿאָרשטע טעמע. הרבֿ אַהרן־שמואל תּמרת (1869—1931), אַ געבוירענער אין גראָדנע, ווײַסרוסלאַנד, איז געווען איינער פֿון די ייִדישע טאָלסטאָווצעס, נאָכפֿאָלגער פֿון לעוו טאָלסטויס סאָציאַל־פֿילאָסאָפֿישער שיטה. אַחוץ דעם וועלט־באַרימטן ראָמאַן „מלחמה און שלום‟, איז דער דאָזיקער רוסישער שרײַבער־קלאַסיקער באַקאַנט ווי דער גרינדער פֿון אַ ראַדיקאַלער פּאַציפֿיסטישער פֿילאָסאָפֿיע. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס טאָלסטוי איז געווען אַן אומאָרטאָדאָקסישער קריסט, זענען זײַנע געדאַנקען געווען פּאָפּולער בײַ ייִדן, בפֿרט אין דער ארץ־ישׂראלדיקער קיבוץ־באַוועגונג און צווישן די תּושבֿים פֿון ייִדישע לאַנדווירטשאַפֿטלעכע קאָלאָניעס אין מיזרח־אוקראַיִנע און בעסאַראַביע.

לעוו טאָלסטוי (רעכטס) און זײַן ייִדישער נאָכפֿאָלגער, הרבֿ יהודה־לייב דון־יחיא
לעוו טאָלסטוי (רעכטס) און זײַן ייִדישער נאָכפֿאָלגער, הרבֿ יהודה־לייב דון־יחיא

תּמרת איז נישט געווען דער איינציקער בײַשפּיל פֿון אַ רבֿ אַ טאָלסטאָוויעץ. הרבֿ יהודה־לייב דון־יחיא פֿון טשערניגאָוו איז אויך געווען אַ פֿאַרברענטער חסיד פֿון טאָלסטויס שיטה. דער עצם־נאָמען פֿון הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חנס ספֿר „במלכות היהדות‟ איז, ווי עס זעט אויס, אַן ענטפֿער אויף טאָלסטויס עסיי „דאָס מלכות־שמים איז אינעווייניק אין אײַך‟. עס באַקומט זיך, אַז די 100־יאָריקע פֿילאָסאָפֿישע ירושה פֿונעם רוסישן שרײַבער און זײַנע ייִדישע חסידים ווירקט נאָך אַלץ אויף געוויסע אַמעריקאַנער לינקע ייִדן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.