גמרא, סעקס און ד״ר רות

Did Dr. Ruth Correctly Cite the Talmud?

ד״ר רות וועסטהײַמער, אין נאָוועמבער 2014
Cindy Ord/Getty Images for Wiesenthal
ד״ר רות וועסטהײַמער, אין נאָוועמבער 2014

פֿון דזשולי ווינער (ייִט״אַ)

Published June 04, 2015, issue of June 26, 2015.

ד״ר רות וועסטהײַמער, די עלטערע טעראַפּעווטין און אַ טעלעוויזיע-פּערזענלעכקייט, איז באַקאַנט מיט אירע אָפֿענע און אויסגעשפּראָכענע שמועסן וועגן סעקס. איר סעקסועלער אָפּטײַטש פֿון דער גמרא האָט אָבער לעצטנס אַרויסגערופֿן אַ קאָנטראָווערסיע.

דינסטיק, דעם 2טן יוני, האָט דער „אַמאַזאָן-פֿאַרלאַג‟ אַרויסגעגעבן ד״ר רותס נײַ בוך וועגן ליבע און לעבן. די מחברטע, אַ דײַטשיש-געבוירענע ייִדענע פֿון דער שארית-הפּליטה, פּראַוועט די וואָך איר 87־יאָריקן געבוירן־טאָג. מאָנטיק, דעם 1טן יוני, איז זי אויפֿגעטראָטן אין אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם און האָט אויסגעדריקט דעם געדאַנק, אַז ווען די סעקסועלע פּאַרטנערן זענען שוין אויסגעטאָן, איז מער נישטאָ וואָס צו רעדן, צי זיי זענען מסכּים אויף אינטימע באַציִונגען.

ד״ר רות האָט קריטיקירט געוויסע מענטשן אין די אַקאַדעמישע סבֿיבֿות, וואָס גלייבן, אַז ווען אַ פּאָרפֿאָלק ליגט נאַקעט אין בעט, קאָן דער מאַן אָדער די פֿרוי זיך אָפּזאָגן, אינמיטן דערינען, פֿון ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון די געשעענישן. די ראַדיאָ־אויפֿטרעטערין האָט באַמערקט, אַז אַזאַ מעשׂה טרעפֿט זיך אָפֿטער מיט די פֿרויען, און צוגעגעבן, אַז אינעם ייִדישן תּלמוד שטייט געשריבן, אַז ווען דער מענערלעכער אבֿר ווערט אַנטציקט, פֿאַרלאָזט זײַן שׂכל דעם קאָנטראָל און ס׳איז שפּעט אים צו זאָגן זיך אָפּצושטעלן.

די ייִט״אַ האָט געפּרוּווט זיך צו פֿאַרבינדן מיט וועסטהײַמער, כּדי אויסצוגעפֿינען גענויער, וואָס זי האָט געמיינט און וווּ זי האָט געטראָפֿן אַזאַ דעה אינעם תּלמוד. זי האָט נישט געענטפֿערט; ס׳זעט אויס, אַז די מחברטע איז געווען פֿאַרנומען מיט דער פּרעזענטאַציע פֿון איר נײַ בוך, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אויפֿן צווייטן טאָג נאָכן ראַדיאָ־שמועס. זי האָט אָבער יאָ באַטאָנט דינסטיק אויפֿן „טוויטער‟, אַז אַ מאַן טאָר בשום-אופֿן נישט פֿאַרגוואַלדיקן אַ פֿרוי. פֿונדעסטוועגן, גלייבט זי, אַז אויב אַ פֿרוי וויל נישט האָבן אַ סעקסועלע פֿאַרבינדונג, זאָל זי זיך נישט לייגן נאַקעטערהייט מיט אַ מאַן. דערנאָך, האָט זי פֿאַרגליכן דעם דאָזיקן פֿאַל מיטן אַריבערגיין די גאַס אונטערן רויטן ליכט. דער שאָפֿער מוז אַכטונג געבן, צי אויפֿן וועג זענען נישטאָ קיין מענטשן, אָבער דער אומאַחריותדיקער פֿוסגייער איז אויך שולדיק, אויב ער טרעפֿט צוליב דעם אין שפּיטאָל.

אַ צאָל רבנים האָבן קריטיקירט וועסטהײַמערס אָפּטײַטש פֿון דער גמרא. די ראַבינערטע דאַניאַ ראָטענבערג, וועלכע האָט אָנגעשריבן אַ צאָל ביכער וועגן סעקס, געדרוקט דורכן פֿאַרלאַג פֿונעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט, האָט געבראַכט אַן אַנדער ציטאַט, לויט וועלכער די חז״ל האָט געהאַלטן, אַז אויב אַפֿילו בײַ אַ פֿרוי איז שוין אַן אָרגאַזם, מעג זי זאָגן דעם מאַן זי צו פֿאַרלאָזן אינמיטן די אינטימע באַציִונגען; אויב ער פֿאָלגט נישט, באַגייט ער אַן עבֿירה. ראָטענבערג האָט באַמערקט, אַז ד״ר רותס „תּלמודישע חכמה‟ קלינגט גיכער ווי דאָס ייִדישע שפּריכוואָרט: „ווען דער פּ״ץ שטייט, דער שׂכל גייט‟. פֿונדעסטוועגן, האָט די ראַבינערטע באַדאַנקט ד״ר רות, אַז צוליב איר טעטיקייט איז געוואָרן מעגלעך צו שמועסן מער אָפֿן אויף אַזעלכע טעמעס.

הרבֿ שמואל בוטח, דער מחבר פֿונעם בוך „דער כּשרער סעקס‟ און אַ צאָל אַנדערע ווערק אויף בפֿירוש סעקסועלע טעמעס, האָט אויך געטענהט, אַז הגם ער קען און האָט ליב די באַרימטע דאָקטערין, איז ער אינגאַנצן נישט מסכּים מיט אירע ווערטער. אַ פֿרוי מעג זיך אָפּזאָגן פֿון סעקס, ווען זי וויל. אַדרבה, ס׳איז אַן עוולה צו גלייבן, אַז מענער פֿירן זיך אויף ווי ווילדע חיות און קאָנען זיך נישט בשעת־מעשׂה צוהערן צו די פֿרויען. בוטח האָט אויך געבראַכט פֿאַרקערטע ראַיות פֿון דער גמרא און צוגעגעבן, אַז די חז״ל פֿאַרווערן סעקס, ווען דער מאַן אָדער די פֿרוי איז שיכּור, ווײַל אין אַזאַ פֿאַל זענען זיי נישט אינגאַנצן בײַם קלאָרן שׂכל.

הרבֿ דובֿ לינצער, וועלכער פֿירט אָן מיט דער ליבעראַל־אָרטאָדאָקסישער ישיבֿה „חובֿבֿי-תּורה‟, האָט מסכּים געווען מיט ראָטענבערגן און בוטחן, און צוגעגעבן אַ בפֿירושן מאמר-חז״ל פֿון דער מסכתּא „ברכות‟, אַז ווען אַ פּאָרפֿאָלק ליגט שוין נאַקעט, מוז דער מאַן מאַכן זיכער, אַז די פֿרוי וויל זיך פֿאַרנעמען מיט סעקסועלע באַציִונגען. לינצער האָט צוגעגעבן, אַז הגם אינעם תּלמיד טרעפֿן זיך אַ סך היפּוכדיקע סבֿרות, איז אינעם דאָזיקן ענין נישטאָ קיין חילוקי-דעות.