בערל לאַזאַרס נסיעה פֿון מילאַן ביז פּוטין

Berel Lazar‘s Journey From Milan to Putin

בערל לאַזאַר דאַוונט אין דער סעוואַסטאָפּאָלער שיל, אינעם אַנעקסירטן קרים, דעם 14טן יולי 2014.
Cnaan Liphshiz
בערל לאַזאַר דאַוונט אין דער סעוואַסטאָפּאָלער שיל, אינעם אַנעקסירטן קרים, דעם 14טן יולי 2014.

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published June 07, 2015, issue of June 26, 2015.

אין מאַרץ, האָבן צוויי קאָנקורירנדיקע אָרטאָדאָקסיש־ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אין רוסלאַנד, דער „קאָנגרעס פֿון ייִדישע רעליגיעזע קהילות און אָרגאַניזאַציעס‟ און די „פֿעדעראַציע פֿון ייִדישע קהילות‟, אונטערגעחתמעט אַ „שלום־שטילשטאַנד‟, לויט וועלכן זיי וועלן מער נישט פֿאַרדאַמען איינע די צווייטע בפֿרהסיא. דער קאָנגרעס, באַקאַנט ווי „קעראָאָר‟, ווערט אָנגעפֿירט דורכן רוסלענדישן הויפּט־רבֿ, אַדאָלף שאַיעוויטש. הרבֿ בערל לאַזאַר, וועלכער האַלט זיך אויך פֿאַרן הויפּט־רבֿ, פֿירט אָן מיט דער פֿעדעראַציע.

ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען לאַזאַרס ביאָגראַפֿיע. זײַן טאַטע דינט ווי אַ ליובאַוויטשער שליח אין מילאַן, וווּ דער איצטיקער מאָסקווער רבֿ איז געבוירן געוואָרן.

בערל לאַזאַרס מאַמע האָט אַמאָל דערקלערט איר 25־יאָריקן זון אַן אולטימאַטום, אַז ער מעג זיך באַזעצן אין רוסלאַנד, וווּ ער האָט שוין פֿאַרבראַכט אַ געוויסע צײַט ווי אַ ליובאַוויטשער שליח, בתּנאַי, אַז ער וועט קודם חתונה האָבן.

ווען די אַנדערע בחורים אין דער ישיבֿה, וווּ לאַזאַר האָט זיך געלערנט, האָבן דערהערט וועגן דעם דאָזיקן אולטימאַטום, האָבן זיי באַמערקט, אַז ער האָט דאָך שוין געפֿינען פֿאַר זיך אַ געראָטענעם שידוך — „די מאַמע רוסלאַנד‟. מיט עטלעכע חדשים שפּעטער, אינעם יאָר 1989, האָט לאַזאַר חתונה געהאַט מיט זײַן אַמעריקאַנער פֿרוי, חנה. דאָס פּאָרפֿאָלק וווינט זינט דעמאָלט אין רוסלאַנד, וווּ זיי האָבן אויפֿגעהאָדעוועט 14 קינדער.

דער 51־יאָריקער לאַזאַר, איינער פֿון די צוויי רוסלענדישע הויפּט־רבנים, האָט פֿאַרדינט אַ קאָנטראָווערסאַלע רעפּוטאַציע צוליב זײַנע פֿעסטע פֿאַרבינדונגען מיט דער מלוכה און גאַנץ פּאָזיטיווער באַציִונג צום פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין. אַזוי צי אַזוי, האָט „פּוטינס רבֿ‟ געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער אויפֿלעבונג פֿון די ייִדישע קהילות אינעם לאַנד. הײַנט וווינען אין רוסלאַנד בערך 250,000 ייִדן. דער רבֿ פֿירט הײַנט אָן מיט אַ גרויסער נעץ פֿון הונדערטער ייִדישע אינסטיטוציעס, אַרײַנגערעכנט בילדונג־אַנשטאַלטן, שילן, קהילה־צענטערס און כּשרע געשעפֿטן.

לאַזאַר באַטאָנט, אַז פּוטין איז דער „סאַמע פּראָ־ייִדישער פֿירער‟, וועלכער באַקעמפֿט אַנטיסעמיטיזם שטאַרקער, ווי וועלכער־ניט־איז אַנדערע פֿירנדיקע פֿיגור אין דער רוסישער געשיכטע. פּוטינס קריטיקער טענהן אָבער, אַז דער פּרעזידענט באַנוצט זיך מיט זײַנע ייִדישע פֿאַרבינדונגען צוליב פּאָליטישע צוועקן. למשל, ווען ער האָט אַנעקסירט דעם אוקראַיִנישן אינדזל קרים, מיט אַ יאָר צוריק, האָט ער דערמאָנט, צווישן אַנדערע אַרגומענטן, אַז אין אוקראַיִנע בושעוועט אַנטיסעמיטיזם.

פֿון דער צווייטער זײַט, ווערט לאַזאַר קריטיקירט פֿאַר זײַן באַטייליקונג אין אַזעלכע אונטערנעמונגען, ווי די אָפֿיציעלע מלוכישע שׂימחה נאָך דער אַנעקסאַציע פֿון קרים. אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט דער רבֿ געענטפֿערט, אַז ווי אַ וויכטיקער גײַסטיקער פֿירער, מוז ער בײַזײַן אויף אַלע אונטערנעמונגען אינעם קרעמל.

ראָמאַן בראָנפֿמאַן, אַ געוועזענער ישׂראלדיקער כּנסת־דעפּוטאַט און דער מחבר פֿון אַ בוך וועגן די רוסישע עולים, האָט באַמערקט, אַז צווישן פּוטין און לאַזאַר האָט זיך געשאַפֿן אַ „ניצלעכער סימביאָז‟. לאַזאַר שטיצט כּסדר דעם פּרעזידענט און קאָן דערווײַל זיך האַלטן פֿאַרן גרעסטן רבֿ אינעם לאַנד; פֿון זײַן צד, קאָן פּוטין ווײַזן, צוליב לאַזאַרס טעטיקייט, אַז ער איז אַ גרויסער שטיצער פֿון ייִדן.

ווען וולאַדימיר גוסינסקי, דער גרינדער פֿונעם „רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס‟, און דער צווייטער הויפּט־רבֿ, אַדאָלף שאַיעוויטש, האָבן קריטיקירט די מלחמה אין טשעטשניע און באַשולדיקט די רוסלענדישע אַרמיי אין מלחמה־פֿאַרברעכנס, האָט לאַזאַר פֿאַרלאָזט די דאָזיקע דאַך־אָרגאַניזאַציע. דאָס איז געשען אינעם יאָר 2000. זינט דעמאָלט, גייט אָן צווישן די צוויי רבנים און זייערע שטיצער אַ שטענדיקער קאָנפֿליקט.

במשך פֿון די לעצטע יאָרן איז לאַזאַרס אָרגאַניזאַציע געוואָרן אַ סך מעכטיקער, ווי שאַיעוויטשס קאָנגרעס. די פֿעדעראַציע האָט צווײַגן אין 160 שטעט, און דער „קעראָאָר‟ — בלוי איז 34. דערצו, האָט לאַזאַרס חבֿרה זיך צעשפּרייט אין אַנדערע געוועזענע סאָוועטישע רעפּובליקן, אַרײַנגערעכנט די מוסולמענישע צענטראַלע אַזיע. אינעם יאָר 2012, האָט זיך אין מאָסקווע געעפֿנט אַ נײַער ייִדישער מוזיי, וועלכער האָט אָפּגעקאָסט 50 מיליאָן דאָלאַר און וווּ לאַזאַרס געהילף, הרבֿ ברוך גאָרין, דינט ווי דער פֿאַרוואַלטער.

אינעם יאָר 2014 האָט פּוטין באַלוינט לאַזאַרן מיטן פּרעסטיזשפֿול „אָרדן פֿונעם פֿאָטערלאַנד‟ — די העכסטע אויסצייכענונג אין רוסלאַנד, וואָס אַ ציווילער בירגער קאָן באַקומען. זייער זעלטן באַקומען אַזאַ באַלוינונג מענטשן, וואָס זענען נישט געבוירן געוואָרן אין רוסלאַנד. זײַענדיק אַ געבוירענער אין איטאַליע, איז לאַזאַר געוואָרן אַ בירגער פֿונעם לאַנד אין 2000.