צו וועמען שמייכלט דער אייבערשטער?

Who Does the Almighty Smile Upon?

אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „טו אַ שמײכל צו אונדז, גאָטעניו‟
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג „טו אַ שמײכל צו אונדז, גאָטעניו‟

פֿון באָריס סאַנדלער

Published June 09, 2015, issue of June 26, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

די עטלעכע קליינשטעטלדיקע ייִדן, מיט זייער בינטל צרות, יאָגן זיך קיין ווילנע, אין ירושלים ד׳ליטאַ, וואָס דאָס ליטווישע ייִדנטום האָט פֿאַר זיך אויסגעטראַכט, ווי אַ מין גשמיותדיקער צײַטווײַליקער פּונקט, ביז משיח וועט קומען, און זיי אַלע אַריבערפּעקלען קיין ארץ־ישׂראל. דאָרט, אין ווילנע, כאָטש עס גלייבט זיך קוים, קאָן מען זיך פֿאָרט דערשלאָגן צו אַ שטיקל יושר. אַבי נישט צו פֿאַרשפּעטיקן. יאָגן זיי זיך אויף אַ פֿור־און־פֿערד, אָבער דער כּוח פֿון אַ טעאַטראַלער מעטאַפֿאָר האָט זיי (און צוזאַמען מיט זיי אַלע ליטוואַקעס) אַרײַנגעזעצט אין אַ תּנכישער תּבֿה, דערצו נאָך צונויפֿגעקלאַפּט פֿון מצבֿות פֿונעם אַלטן בית־עולם אין שטעטל.

גריגאָרי קאַנאָוויטש האָט אין זײַנע שאַפֿונגען אויסגעחלומט אַן אייגענע ירושלים ד’ליטאַ; די ייִדן, וועגן וועלכע ער דערציילט, זײַנען אָדער שוין נישט געווען אויף דער וועלט, אָדער זײַנען שוין געשטאַנען מיט איין פֿוס אויף יענער וועלט. זיי האָבן זיך אויסגעלעבט די יאָרן אין ייִדיש און אין אַ ייִדישן נוסח; און דער שרײַבער קאַנאָוויטש, ווי אַ שומר אויפֿן בית־עולם, אָדער אָ צײַטן־פֿאַרמיטלער, הערט אויס אַלע זייערע פֿרייד און לייד און דערציילן זיי איבער אויף רוסיש, ווי אַ שוואַכע האָפֿענונג, אַז אפֿשר וועט מען אויף דער „שפּראַך פֿון די צווישן־נאַציִאַנאַלע באַציִונגען‟ אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זײַנע אַמאָליקע לאַנדסלײַט פֿאָרט פֿאַרשטיין, כאָטש נאָכן טויט. אין דער זעלבער צײַט איז זײַן שאַפֿערישע ירושלים ד’ליטא מיט בלוט און לעבן צוגעבונדן צו דעם ממשותדיקן שטיקל ליטוויש ערד.

קאַנאָוויטשעס מיטצײַטלער, שוין פֿאַראייניקט מיט איין דעפֿיניציע — „סאָוועטישע ייִדן‟, פֿלעגן באַלד אויסכאַפּן זײַנע ביכער, דערשינען אין 100־טויזנדיקע עקזעמפּלאַרן. פֿאַרן רובֿ ייִדן האָט זיך יעדעס נײַ בוך זײַנס אויפֿגענומען אפֿשר נישט אַזוי ווי אַ וויכטיקע ליטעראַרישע דערשײַנונג, נאָר ווי אַן אומדערוואַרטער נס; אַזאַ „נס‟ האָט געקאָנט זײַן אַ ייִדיש ליד, פּלוצעם איבערגעגעבן אויף דעם מאָסקווער ראַדיאָ, אָדער אַ פֿילם, וווּ איינער פֿון די העלדן הייסט, למשל, מאַרק נאַומאָוויטש, וואָס איז שוין געווען אַ קלאָרער אָנדײַט, אַז ער איז אַ ייִד.

ווי ווײַט פֿלעגט דער ברייטער ייִדישער לייענער פֿאַרשטיין קאַנאָוויטשעס נאָוועלן, אָנגעזעטיקט מיט ייִדישקייט, פֿאָלקס־חכמה, ייִדישער סימבאָליק, אָנגעקניפּט אין דער ייִדישער קלאַסישער ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר?… כ׳מיין, אַז דער גרעסטער טייל לייענערשאַפֿט — און דעמאָלט האָט מען געלייענט אַ סך — האָבן קאַנאָוויטשעס ביכער ווייניק פֿאַרשטאַנען. נאָך מער: מע האָט זיך נישט געוואָלט אין זיי זיך גריבלען און זיך פֿאַרטראַכטן, ווײַל זיי וואָלטן נאָך, חלילה־וחס, געקאָנט אויפֿוועקן נישט קיין „געוווּנטשענע נאַציאָנאַלע געפֿילן‟. נאַציאָנאַלע געפֿילן און נאַציאָנאַלע מחשבֿות פֿלעגן אין יענעם פֿאַרשוווּנדענעם לאַנד גיך פֿאַרטײַטשט ווערן ווי „בורזשואַזע נאַציאָנאַליסטישע‟ אָדער „ציוניסטישע‟ און שטרענג באַשטראָפֿט ווערן.