אַ קאַמפּאַניע קעגן די לאָנדאָנער נעאָ־נאַציס

Campaign to Protest Neo-Nazi Rally in London

חסידים אין לאָנדאָן
חסידים אין לאָנדאָן

פֿון ייִט״אַ

Published June 11, 2015, issue of June 26, 2015.

די בריטישע געזעלשאַפֿטלעכע און רעליגיעזע טוער האָבן אָנגעהויבן אַ פּראָטעסט־קאַמפּאַניע קעגן דער נעאָ־נאַציסטישער דעמאָנסטראַציע, וואָס אַ צאָל עקסטרעם־רעכטע גרופּעס פּלאַנירן דורכצופֿירן דעם 4טן יולי אינעם לאָנדאָנעם ייִדישן קוואַרטאַל גאָלדערס־גרין, וואָס געפֿינט זיך אינעם צפֿונדיקן טייל פֿון דער שטאָט.

די פּאַרטיי „דער נײַער קאַיאָר‟ און אַנדערע פּראָ־פֿאַשיסטישע גרופּעס זענען אומצופֿרידן, אַז אינעם דאָזיקן ראַיאָן, וווּ עס וווינען אַ סך פֿרומע ייִדן, פֿונקציאָנירט אַן אייגענע ייִדישע שוץ־מיליץ, די „שומרים‟. די עקסטרעם־רעכטע כּוחות קלײַבט זיך אַרויסצוּווײַזן זייער קעגנערשאַפֿט צו דער עקזיסטענץ פֿון דער דאָזיקער שוץ־אָרגאַניזאַציע.

מאָנטיק, דעם 8טן יוני, האָט דער לאָנדאָנער „ייִדישער פֿאָרום‟, דער „פֿאָרשטייער־ראַט פֿון בריטישע ייִדן‟ און די אַנטי־פֿאַשיסטישע אָרגאַניזאַציע „האָפֿענונג אַנשטאָט שׂינאה‟, אָנגעהויבן אַ פּראָטעסט־קאָמפּאַניע קעגן דער דעמאָנסטראַציע, וועלכע די נעאָ־נאַציס פּלאַנירן דורכצופֿירן שבת. די קעגנער וועלן אַרויפֿהענגען אַרום די גאַסן פֿונעם קוואַרטאַל פֿאָנען און טאַשמעס, באַפֿאַרבט אין גאָלדענע און גרינע קאָלירן, וואָס סימבאָליזירן דעם נאָמען פֿונעם דאָזיקן ראַיאָן, כּדי אַרויסצוּווײַזן זייער סאָלידאַריטעט מיט די ייִדישע תּושבֿים.

די פּאַרטיי „דער נײַער קאַיאָר‟ און די אַנדערע נעאָ־נאַציסטישע גרופּעס, וואָס אָרגאַניזירן די דעמאָנסטראַציע, פּלאַנירן נישט צו מאַרשירן איבער די גאַסן פֿון גאָלדערס־גרין. לויטן געזעץ פֿונעם יאָר 1986, האָט די ענגלישע פּאָליציי אָבער נישט קיין רעכט צו פֿאַרווערן שטייענדיקע דעמאָנסטראַציעס. די ראַבינערין לאָראַ דזשאַנער־קלאָזנער האָט דערקלערט דער צײַטונג „גאַרדיען‟, אַז הגם די פֿאַשיסטן טאָרן נישט אָרגאַניזירן אַ מאַרש, מעגן זיי זיך באַווײַזן אינעם ייִדישן קוואַרטאַל און אויפֿטרעטן מיט העסלעכע אַנטיסעמיטישע לאָזונגען, כּל־זמן זיי רירן זיך נישט פֿון אָרט. די ראַבינערין האָט צוגעגעבן, אַז צוליב דעם דאָזיקן פּרט קלינגט דאָס געזעץ קעגן צווייפֿלהאַפֿטיקע דעמאָנסטראַציעס ווי אַ פֿאַרס.

טעסאַ דזשאָעל, וועלכע קלײַבט זיך צו באַלאָטירן ווי אַ קאַנדידאַטין פֿון דער אַרבעטער־פּאַרטיי אויף דער פּאָזיציע פֿונעם לאָנדאָנער מעיאָר אינעם יאָר 2016, האָט אָנגעשריבן אַ שאַרפֿן אַרטיקל קעגן דער פּלאַנירטער נעאָ־נאַציסטישער דעמאָנסטראַציע אין דער בריטישער צײַטונג „ייִדישע נײַעס‟, און אויף דער וועבזײַט Change.org האָט מען שוין געזאַמלט מער ווי 11,000 חתימות אונטער אַ פּעטיציע, וואָס פֿאַרדאַמט די פֿאַשיסטישע אונטערנעמונג.