איז די בילדונג אין מיזרח־ראַמאַפּאָ טאַקע שלעכט?

Is Education in East Ramapo So Bad?

די מיטגלידער פֿונעם בילדונג־ראַט אין מיזרח־ראַמאַפּאָ
די מיטגלידער פֿונעם בילדונג־ראַט אין מיזרח־ראַמאַפּאָ

פֿון יהודה ווײַסמאַנדל (Forward)

Published June 11, 2015, issue of June 26, 2015.

אינעם ראַיאָן מיזרח־ראַמאַפּאָ קומט איצט פֿאָר אַ גאַנצע מלחמה קעגן דעם אָרטיקן בילדונג־ראַט — די צענטראַלע אינסטאַנץ, וואָס טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר די ענינים פֿון שול־בילדונג אין דער געגנט, וווּ עס געפֿינען זיך אַזעלכע באַקאַנטע פֿרומע ייִדישע געגנטן, ווי מאָנסי, ספּרינג־וואַלי און ניו־סקווער.

איך דין ווי דער פּרעזידענט בײַם שול־ראַט פֿון מיזרח־ראַמאַפּאָ. ביז לעצטנס, האָבן די קריטיקער נישט געקאָנט זיך ערנסט אַרײַנמישן אין אונדזער טעטיקייט. הײַנט, ווען מע קלײַבט זיך אויסצוקלײַבן נײַע פֿאַרוואַלטער פֿונעם ראַט, האָפֿן די קריטיקער אַרײַנצופֿירן נײַע רעגולאַציעס, לויט וועלכע דרויסיקע מענטשן וועלן פֿירן דעם אויפֿזיכט איבער דער אָרגאַניזאַציע.

די קריטיקער, אַרײַנגערעכנט הרבֿ אַרי האַרט פֿון דער אָרגאַניזאַציע „עורי לצדק‟ און אַפֿילו די ניו־יאָרקער שטאָט־קאַנצלערין מעריל טיש, באַוואַרפֿן דעם שול־ראַט פֿון מיזרח־ראַמאַפּאָ מיט כּלערליי גיפֿטיקע זידל־ווערטער. מיר ווערן באַשולדיקט אין „באַעוולען די קינדער‟, אין „חילול־השם‟, אינעם „אומיושרדיקן באַנוץ פֿונעם ייִדישן כּוח‟ און אינעם ברעכן די אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע. אויף דער אינטערנעץ פֿאַרשפּרייטן זיך נאָך ערגערע באַשולדיקונגען; די מיטגלידער פֿון אונדזער אָרגאַניזאַציע ווערן געשלידערט אויף געוויסע וועבזײַטן ווי „גנבֿים‟ און „גזלנים‟.

אַזאַ עקלדיקער רעטאָריק איז אָבער נישט באַרעכטיקט. די מיטגלידער פֿונעם ראַט וווינען אינעם ראַיאָן און שיקן זייערע קינדער אין די אָרטיקע שולן. די תּושבֿים פֿון דער געגנט האָבן אַליין אויסגעקליבן די פֿאַרוואַלטער פֿון דער בילדונג־אינסטאַנץ, געניטע פּראָפֿעסיאָנעלע מענטשן. נישט געקוקט אויף די שאַרפֿע קאָנפֿליקטן צווישן פֿאַרשיידענע סעקטאָרן פֿון דער באַפֿעלקערונג, האָבן מיר געשטרעבט מיט אַלע כּוחות אויסצופֿירן אונדזער ראָלע אינעם ראַיאָן. צוליב וואָס האָט די קאַנצלערין טיש אונדז באַשולדיקט אין „באַעוולען די קינדער‟? אַדרבה, אַזעלכע ווערטער זענען גופֿא אַן עוולה.

מיזרח־ראַמאַפּאָ איז דער דריט־אָרעמסטער שול־ראַיאָן אינעם גאַנצן לאַנד. בערך 75 פּראָצענט אָרטיקע תּלמידים האָבן דאָס רעכט צו באַקומען אומזיסטע אָדער סובסידירטע מאכלים; 80 פּראָצענט אָרטיקע שול־קינדער קומען פֿון אָרעמע משפּחות.