ייִדישע פֿרויען שטיצן די „ווײַבלעכע וויאַגראַ‟

Jewish Women Fight For Female Viagra

Getty Images

פֿון גייב פֿרידמאַן (Forward)

Published June 12, 2015, issue of July 10, 2015.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט די אַמעריקאַנער אינסטאַנץ פֿאַר שפּײַז און מעדיקאַמענטן (FDA) באַקומען אַ רעקאָמענדאַציע אָנצונעמען צום ערשטן מאָל אַ מין ווײַבלעכן עקוויוואַלענט פֿון „וויאַגראַ‟ — אַ רפֿואה, וואָס העלפֿט פֿרויען צו ווערן מער אַקטיוו אין זייער סעקסועל לעבן.

דעם פֿערטן יולי, האָט אַ פֿעדעראַלער עצה־גרופּע אָפּגעשטימט פֿאַר דער נײַער רפֿואה, מיט 18 שטימען „פֿאַר‟ און 6 „קעגן‟, און האָט געבעטן FDA דאָס גוטצוהייסן. ביזן 18טן אויגוסט, מוז די אינסטאַנץ אָננומען דעם מעדיקאַמענט מיטן נאָמען פֿליבאַנסערין, וועלכער העלפֿט די „קאַלטע‟ פֿרויען צו דערפֿילן אַ סעקסועלע תּאווה.

פֿריִער, האָבן די רעגירונג־אינסטאַנצן צוויי מאָל אָפּגעזאָגט גוטצוהייסן די דאָזיקע רפֿואה. צווישן די 24 אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן געפֿירט אַ קאַמפּאַניע לטובֿת דעם נײַעם סעקסועלן הילף־מיטל, האָט געשפּילט אַן אַקטיווע ראָלע דער „אינטערנאַציאָנאַל פֿון ייִדישע פֿרויען‟ (JWI). ווען די עצה־געבער האָבן רעקאָמענדירט פֿליבאַנסערין, מיט אַ וואָך צוריק, האָט לאָרי ווײַנשטיין, די פֿאַרוואַלטערין פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, באַגריסט די 75,000 מיטגלידערינס פֿונעם „אינטערנאַציאָנאַל‟ און האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ דערקלערונג־בריוו לטובֿת דער נײַער רפֿאוה.

ווײַנשטיין האָט באַמערקט, אַז במשך פֿון אַ סך יאָר האָבן די אָפֿיציעלע אינסטאַנצן איגנאָרירט די פּראָבלעם פֿון דער סעקסועלער „קאַלטקייט‟ בײַ פֿרויען. פֿאַרשיידענע פֿרויען־אָרגאַניזאַציעס האָבן אַ סך אויפֿגעטאָן, כּדי צו באַשיצן די אַמעריקאַנער בירגערינס פֿון פֿיזישע און סעקסועלע אָנפֿאַלן, ווי אויך קעגן דער סאָציאַלער אומגלײַכקייט צווישן די געשלעכטן. פֿונדעסטוועגן, האָט מען לאַנג פֿאַרזען דעם פֿאַקט, אַז נישט נאָר מענער נייטיקן זיך אין געזונטער סעקסועלער תּאוות. הגם פֿאַר מענער זענען שוין פֿאַראַן 26 פֿאַרשיידענע רפֿואות, וואָס העלפֿן צו פֿאַרבעסערן זייער סעקסועל לעבן, איז פֿאַר די פֿרויען נאָך נישטאָ קיין איינציקער עקוויוואַלענט. האָפֿנטלעך, וועט אַ דאַנק דעם איצטיקן רעגירונג־באַשלוס, זיך אינגיכן באַווײַזן אַזאַ מיטל צום ערשטן מאָל אין די אַמעריקאַנער אַפּטייקן.

ווײַנשטיין האָט ווײַטער דערקלערט אין איר בריוו לטובֿת דעם רעגירונג־באַשלוס, אַז מער ווי 11,000 פֿרויען האָבן זיך באַטייליקט אין די עקספּערימענט מיט פֿליבאַנסערין. געוויינטלעך, פֿאָדערט FDA בלויז עטלעכע הונדערט עקספּערימענטאַטאָרן, כּדי אָנצונעמען אַ נײַעם מעדיקאַמענט. די עקספּערימענטן האָבן געוויזן, אַז די רפֿואה פֿאַרשטאַרקט די סעקסועלע תּאווה און מאַכט די אינטימע באַציִונגען גרינגער. מיט דער הילף פֿון פֿליבאַנסערין, האָבן די סעקסועלע קאָנטאַקטן איבערגעלאָזט בײַ זיי מער גוטע זכרונות. הגם די רפֿואה רופֿט אַרויס געוויסע קליינע בײַ־עפֿעקטן, איז דער אַלגעמיינער רעזולטאַט זייער אַ פּאָזיטיווער.

די פֿאַרוואַלטערין האָט צוגעגעבן, אַז איר „אינטערנאַציאָנאַל פֿון ייִדישע פֿרויען‟ פֿאַרנעמט זיך אַקטיוו מיט געזונט־ענינים, שטרעבט צו פֿאַרגרעסערן די צאָל פֿון געראָטענע חתונות און גליקלעכע משפּחות. ביז איצט, האָט די סעקסועלע „קאַלטקייט‟ פֿאַרשאַפֿן אַ סך פּסיכאָלאָגישע און סאָציאָלאָגישע פּראָבלעמען. אַ סך משפּחות, וועלכע האָבן זיך אָנגעהויבן מיט אַ ראָמאַנטישער ליבע, זענען אונטערגעריסן געוואָרן צוליב דעם, וואָס אַ טייל פֿרויען האָבן פֿאַרלוירן דעם אינטערעס צו סעקסועלע באַציִונגען. ווײַנשטיין האָפֿט, אַז די נײַע רפֿואה וועט העלפֿן צו באַקעמפֿן די דאָזיקע פּראָבלעם.