קלעזמער־מוזיקער מיישקע אַלפּערט געווינט נאַציאָנאַלע פּרעמיע

Yiddish Musician Michael Alpert Wins National Award

מיישקע (מײַקל) אַלפּערט
מיישקע (מײַקל) אַלפּערט

פֿון איציק גאָטעסמאַן

Published June 16, 2015, issue of July 10, 2015.

יעדעס יאָר געווינען אַ צענדליק מענטשן איבער אַמעריקע די „נאַציאָנאַלע ירושה־סטיפּענדיע‟ פֿאַר זייער בײַטראָג צום פֿאַרשפּרייטן און אויפֿהאַלטן די פֿאָלקס־קונסט אין לאַנד. דער כּבֿוד, וואָס ווערט צעטיילט פֿונעם „נאַציאָנאַלן עולמות־פֿאָנד פֿאַר קונסט‟ (National Endowment for the Arts) איז דער חשובֿסטער פֿאַר מײַסטער־פֿאָלקס־קינסטלער. יעדער געווינער באַקומט 25 טויזנט דאָלער, און באַטייליקט זיך סײַ אין דעם באַנקעט אין דער נאַציאָנאַלער „קאָנגרעס־ביבליאָטעק‟, סײַ אין אַ גרויסן קאָנצערט אין וואַשינגטאָן, וואָס מע קען הערן אויף דעם ראַדיאָ. דאָס יאָר האָט געוווּנען מיישקע (מײַקל) אַלפּערט די סטיפּענדיע פֿאַר זײַן בײַטראָג צו ייִדישן פֿאָלקסגעזאַנג, מוזיק און טענץ.

מיישקע אַלפּערט איז נישט דער ערשטער פֿון דער ייִדישער מוזיקאַלישער וועלט צו געווינען דעם פּריז, אָבער ער איז דער ייִנגסטער. געוויינטלעך זײַנען די געווינער אין זייערע 70ער און 80ער יאָרן. אַלפּערט איז געבוירן געוואָרן אין 1954 אין לאָס־אַנדזשעלעס און האָט אַ סך צײַט פֿאַרבראַכט מיט דער משפּחה אין באָסטאָן. דער טאַטע איז געווען אַ ליטוואַק (דערפֿאַר רופֿט מען אים „מיישקע‟ און נישט „משה”), און זײַן מאַמע איז געבוירן געוואָרן אין אַמעריקע, אָבער האָט געשטאַמט פֿון דער בוקעווינע. אין אוניווערסיטעט איז ער צוגעצויגן געוואָרן צום פֿאָלקלאָר פֿון די באַלקאַנישע לענדער, און איז געפֿאָרן קיין יוגאָסלאַוויע זיך צו לערנען זייער מוזיק און טענץ.

נאָך אַ טאַלאַנט, אַגבֿ, פֿאַרמאָגט אַלפּערט — ער לערנט זיך אויס שפּראַכן ווי אַ וואַסער — רוסיש, פּויליש, שפּאַניש, סערבאָ־קראָאַטיש, איטאַליעניש — אַן ערך 20 לשונות, און ער רעדט זיי כּמעט אָן אַן אַקצענט. אין לאָס־אַנדזשעלעס האָט ער אָנגעהויבן צו פֿאָרשן די ייִדישע מוזיק בײַם עלטערן דור, און איז געקומען קיין ניו־יאָרק אין 1979 פּונקט אין דער צײַט, ווען דער אינטערעס צו קלעזמער־מוזיק האָט זיך אָנגעהויבן. ער האָט געהאָלפֿן צו גרינדן די גרופּע „קאַפּעליע‟; די ערשטע קלעזמער־קאַפּעליע פֿון דער נײַער באַוועגונג אין ניו־יאָרק. זײַן ייִדישלעך קול האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף די זינגערס איבער דער וועלט, וועלכע האָבן גאָרנישט געוווּסט פֿון דעם עלטערן ייִדישן געזאַנגסטיל.

אין ניו־יאָרק האָט ער זיך באַקענט און געפֿאָרשט עכטע פֿאָלקס־קינסטלער, ווי די זינגערין בראָניע סאַקינאַ, די פּאָעטעסע און זינגערין ביילע גאָטעסמאַן, דעם פֿידלער לעאָן שוואַרץ און דעם קלאַרנעטיסט גערמאַן גאָלדענשטיין. אין לאָס־אַנדזשעלעס האָט ער רעקאָרדירט און דאָקומענטירט דעם פּויליש־ייִדישן פּײַקלער בען בייזלער. אַזוי אַרום איז אַלפּערט געוואָרן כּמעט די איינציקע בריק צווישן דעם עלטערן דור פֿאָלקמוזיקער פֿון מיזרח־אייראָפּע און די אַמעריקאַנער געבוירענע זינגער און קלעזמאָרים.

ווי אַ זינגער איז מיישקע אַלפּערט נישט בלויז געווען אַ פּיאָנער וואָס שייך געזאַנגסטיל, נאָר אויך ווי אַ שאַפֿער פֿון נײַע לידער אויף ייִדיש. די דאָזיקע לידער קען מען הערן אויף די רעקאָרדירונגען פֿון דער גרופּע „בראַווע אַלטע וועלט‟. נאָך דעם ווי ער האָט פֿאַרלאָזט „קאַפּעליע‟, האָט אַלפּערט יאָרן לאַנג זיך באַטייליקט אין „בראַווע אַלטע וועלט‟, וואָס איז אויפֿגעטראָטן מער אין אייראָפּע ווי אין אַמעריקע. זייער רעקאָרדירונג פֿון לאָדזשער געטאָ־לידער איז אָנערקענט געוואָרן ווי איינע פֿון די בעסטע קאָמפּאַקטלעך פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם קלעזמער־אויפֿלעב.

אַ דאַנק אַלפּערטס פֿאָרשונגען און מבֿינות פֿונעם עלטערן סטיל קלעזמער־מוזיק, האָט מען ווידער אויפֿגעלעבט די ראָלע פֿונעם צווייטן פֿידל, דעם „סקונדט‟־פֿידל, וואָס שפּילט די „קאָרדן‟, און העלפֿט דעם ריטעם, בשעת דער ערשטער פֿידל שפּילט די מעלאָדיע. מע מוז אויך אַרויסהייבן זײַן ראָלע אין דער פֿאָרשונג פֿון טראַדיציאָנעלע ייִדישע טענץ. דאָס איז אַ פֿעלד, וואָס איז אין גאַנצן נישט אויסגעפֿאָרשט געוואָרן ביז די 1980ער יאָרן. אָבער הײַנט, מיט מיישקע אַלפּערטס הילף ווי אַ לערער אויף כּלערליי וואַרשטאַטן און פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט, האָפּקעט מען אַ בולגאַר, אַ שער, אַ חסידל און אַ וואָלעכל.

יאָרן לאַנג איז מיישקע געקומען צו אונדז אַהיים אין בראָנקס אויף ביינברידזש־עוועניו, געוויינטלעך, פֿרײַטיק־צו־נאַכטס אָדער אין דער סוכּה, וווּ ער האָט זיך באַקענט מיט די ייִדישע פֿאָלקזינגער פֿון אונדזער קרײַז: צוניע רײַמער, איטע טאַוב, יעקבֿ גאָרעליק. ווי אַ לערער פֿון לידער האָט ער געקענט פֿאַרשפּרייטן זייער אומבאַקאַנטן רעפּערטואַר, און רײַמערס פֿאָלקסליד „די פֿישעלעך אין וואַסער‟, למשל, האָבן שוין עטלעכע זינגער רעקאָרדירט. מיר האָבן אַ טייל צײַט געאַרבעט צוזאַמען אינעם ייִוואָ־אַרכיוו אין די 1980ער יאָרן, וווּ עס האָבן אויך געאַרבעט אַנדערע וויכטיקע פּערזענלעכקייטן אינעם קלעזמער־אויפֿלעב, ווי אַדריאַן קופּער, הענעך סאַפּאָזשניק, לאָרין סקלאַמבערג, אַלישאַ סוויגלס און שפּעטער — שיינדל ראָמיין.

צווישן די פֿריִערדיקע געווינער פֿון דער ירושה־סטיפּענדיע איז געווען דער עלטערער מײַסטער-קלאַרנעטיסט דייוו טאַראַס (1996). ער האָט באַקומען אַ האַרץ־אַטאַק אויף דער בינע באַלד פֿאַר זײַן אויפֿטריט אינעם קאָנצערט, אָבער צום גליק, האָט איינער אין זײַן קאַפּעליע מיט אַ ביסל מעדיצינישער טרענירונג אים געקענט ראַטעווען. אין די ווײַטערדיקע יאָרן האָבן געוווּנען די ברידער־עפּשטיין־קאַפּעליע; די ספֿרדישע זינגערין פֿלאָראַ יאַגאַדאַ; ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן און דער מוזיקער, אַנדי סטאַטמאַן.

פֿאַר די וואָס זענען אַקטיוו אויפֿן פֿעלד פֿון ייִדישער פֿאָלקמוזיק, איז די איצטיקע אָנערקענונג פֿאַר אַלפּערטן נישט קיין גרויסער סורפּריז. אין וואָסער שטח פֿון ייִדישער מוזיק איז ער נישט קיין מײַסטער? קלעזמער־מוזיק, פֿאָלקס־געזאַנג, טענץ — אין אַלץ האָט ער געוויזן דעם וועג פֿאַר נײַע דורות.