ווי וואָלט אויסגעזען „ירושלים ד׳ליטא‟ אָן דעם חורבן?

Imagining Vilna, Had There Been No Holocaust

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published June 17, 2015, issue of July 10, 2015.

עס איז ניט קײן חידוש צו זאָגן, אַז דער חורבן האָט אומגעבראַכט די גאַנצע ייִדישע ציװיליזאַציע פֿון מיזרח־אײראָפּע — סײַ דעם רעליגיעזן און סײַ דעם װעלטלעכן צװײַג. לרובֿ האָבן זיך די ייִדישע היסטאָריקער אָפּגעגעבן מיטן באַשרײַבן די אינסטיטוציעס און אינטעלעקטועלע שיטות פֿון דעם אַמאָליקן מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום; אָבער ניט װײניקער עיקרדיק איז די ייִדישע ליטעראַטור, דער עסטעטישער װאָרט־שפּיגל פֿון דער דאָזיקער ציװיליזאַציע, װאָס װײַזט דעם קאָלעקטיװן פּאָרטרעט פֿון דעם מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום. דער דאָזיקער פּאָרטרעט באַשטײט פֿון אַ גרױסער צאָל אײנצלנע פּרטים, אָבער אײניקע פֿון זײ לאָזן זיך ניט לײַכט צו דערקענען פֿונעם הײַנטיקן שטאַנדפּונקט.

די רעאַליסטישע ליטעראַטור שילדערט דאָס לעבן „װי עס איז‟, און דערבײַ שאַפֿט זי אַ שפּראַך פֿאַר רעדן װעגן דער צוקונפֿט. אין דעם זין זײַנען פֿאַר אונדז ספּעציעל חשובֿ די װערק פֿון יענע יונגע שרײַבער, װאָס זײַנען אַרײַן אין דער ייִדישער ליטעראַטור ערבֿ דעם חורבן. זײ האָבן באַשריבן דאָס ייִדישע לעבן און דערמיט געשאַפֿן נײַע קינסטלערישע אױסדריק־מיטלען און רעסורסן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער שפּראַך.

אײנע פֿון די מניעות, װאָס שטערן אונדז הײַנט אױפֿצונעמען די דאָזיקע װערק װי ליטעראַרישע דערגרײכונגען, איז אונדזער אָפּגעריסנקײט פֿונעם מיזרח־אײראָפּעיִשן רױם. עס איז גרינגער צו פֿאַרשטײן די אַמעריקאַנער ייִדישע מחברים, װאָס די מעשׂים פֿון װערק קומען פֿאָר אין ניו־יאָרק, אײדער זיך פֿאָרצושטעלן די גאַסן, הױפֿן, הײַזער פֿון אַמאָליקע פּױלישע, ליטװישע, אוקראַיִנישע אָדער בעסאַראַבער שטעט און שטעטלעך. אָבער דװקא אָט דער רױם איז געװען די עיקרדיקע פּראָבלעם פֿון ייִדישן לעבן און פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין מיזרח־אײראָפּע פֿאַרן חורבן.

הײַנט האַלט מען װילנע פֿאַר אַ מוסטער־שטאָט פֿונעם ייִדישן גלות, װוּ עס האָט זיך געשאַפֿן אַ רײַכע און לעבעדיקע װעלטלעכע און רעליגיעזע ייִדישע קולטור. פֿאַר דעם זײַנען געװען כּלערלײ סיבות, װאָס אַזױ אָדער אַנדערש האָבן געהאַט צו טאָן מיטן אײגנאַרטיקן מצבֿ פֿון דער שטאָט אױפֿן ראַנד סײַ פֿון דער רוסישער אימפּעריע, סײַ פֿון דער פּױלישער רעפּובליק, װי אױך מיט דער געדיכטער ייִדישער באַפֿעלקערונג אינעם סאַמע צענטער פֿון דער אַלטשטאָט. אָבער װאָס װאָלט געװען די צוקונפֿט פֿון „ירושלים ד׳ליטא‟ אין אַן „אַלטערנאַטיװער‟ װעלט אָן אַ חורבן? װי װײַט װאָלט מען געקאָנט ממשיך זײַן דעם דאָזיקן אײגנאַרטיקן „נוסח־װילנע‟, און װי אַזױ האָבן זיך די יונגע װילנער ייִדן פֿאָרגעשטעלט זײער צוקונפֿט?



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.