ווען אַ פֿיש וואָלט אַרײַנשפּאַצירט אין אײַער קיך

If A Fish Walks Into Your Kitchen

אַן אַנאַבאַס — דער „זיך־דראַפּענדיקער אָקון‟
אַן אַנאַבאַס — דער „זיך־דראַפּענדיקער אָקון‟

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 17, 2015, issue of July 10, 2015.

אינעם שולחן־ערוך שטייט געשריבן די באַקאַנטע הלכה, אַז די כּשרע מינים פֿיש מוזן האָבן פֿלוספֿעדערן און ליסקעס. די ליסקעס זענען אָבער דער עיקרדיקער סימן פֿון כּשרות, ווײַל זייער עקזיסטענץ ווײַזט אָן, אַז מיר האָבן צו טאָן מיט אַ „נאָרמאַלן‟ באַפֿעדערטן מין פֿיש.

ווײַטער ווערט אינעם שולחן־ערוך באַהאַנדלט דער דין פֿון פֿאַרשיידענע מינים שרצים, וואָס לעבן אינעם וואַסער און אויף דער יבשה. הגם אַלע ווערעם און אינסעקטן זענען על־פּי־הלכה טרייף, שטייט אין דער תּורה געשריבן „שרץ השורץ על האָרץ‟ — הגם די שרצים, וואָס קריכן אויף דער ערד, זענען זיכער אָסור, איז דער כּשרות־סטאַטוס פֿון ווערעמדיקע פֿיש אָדער די שרצימלעך אין וואַסער־כּלים, וואָס שטייען פֿאַרמאַכט, נישט אַזוי פּשוט. עס טרעפֿן זיך סיטואַציעס, ווען אין פּרינציפּ זענען זיי נישט טרייף. וואָס טוט מען אָבער, ווען אַן עכטער פֿיש קריכט אַרויס פֿון וואַסער און הייבט אָן אַרומקריכן אויף דער ערד?

מיט אַ וואָך צוריק, האָבן זיך אין דער וועלט פֿאַרשפּרייט אויסטערלישע נײַעס וועגן אַ געוויסן פֿיש, אַ מין אָקון (perch), וואָס דראָט דער נאַטור־סבֿיבֿה אין אויסטראַליע. דער דאָזיקער פֿיש קאָן זיך באַגיין אַ לאַנגע צײַט אָן וואַסער און באַווײַזט זיך אַפֿילו אַמאָל אויף אַ שפּיץ בוים. הגם די אויסטערלישע ים־באַשעפֿעניש איז רעלאַטיוו קליין, ביז צען אינטשעס אָדער 25 צענטימעטער די גרייס, קאָן עס אומברענגען גרעסערע בעלי־חיים צוליב אַן אומגעוויינטלעכער סיבה: ווען אַ פֿויגל צי אַ חיה שלינגט עס אײַן, נעמט דער פֿיש „נקמה‟ און דערשטיקט דעם פֿרעסער אויף טויט, בלײַבנדיק שטעקן, ווי אַ ביין, אינעם האַלדז פֿונעם בעל־חי.

אַחוץ די זשאַברעס, איז אינעם קאָפּ פֿונעם אומגעוויינטלעכן פֿיש פֿאַראַן דער ספּעציעלער „לאַבירינט-אָרגאַן‟, וואָס דערמעגלעכט, אַזוי ווי די לונגען, צו אָטעמען מיט דער אַטמאָספֿערישער לופֿט. במשך פֿון עטלעכע טעג, קאָן דער „זיך־דראַפּענדיקער‟ אָקון אויסלעבן אויף דער יבשה און אַריבערקריכן אַ ממשותדיקן מהלך. דער פֿיש קאָן לעבן סײַ אין ים, סײַ אינעם אומגעזאַלצענעם וואַסער פֿון אַ טײַך אָדער אָזערע, דערפֿאַר קאָן ער זיך גרינג באַווײַזן אין אומגעריכטע ערטער. צוליב די כּמו־לונגען, קאָן ער אויך לעבן אין פֿאַרפֿוילטע וואַסער־קוואַלן, אַרויסשטעקנדיק דעם קאָפּ און אָטעמענדיק מיט דער לופֿט. אין אַ פֿײַכטער סבֿיבֿה קאָן דער וווּנדער־אָקון זיך אויסבאַהאַלטן אַזש עטלעכע חדשים, אַרומקריכנדיק צווישן די קאַלוזשעס.

אַ סך מענטשן האָבן אויפֿגענומען די מעשׂה מיטן יבשה־פֿיש ווי אַן אומגלויבלעך ווילדן חידוש. אַזאַ באַשעפֿעניש קלינגט ווי אַ פּערסאָנאַזש פֿון די אַנימאַציע־פֿילמען פֿאַר קינדער. אין דער אמתן, איז דער דאָזיקער מין אָקון — אַנאַבאַס — שוין לאַנג באַקאַנט אין אינדיע און אַנדערע דרום־אַזיאַטישע לענדער. בײַ אַ טייל אינדיער איז עס אַ פּאָפּולערער מאכל, ווײַל דער פֿיש קאָן במשך פֿון אַ לאַנגן פּעריאָד אויסלעבן אָן ממשותדיקן סכום וואַסער און ממילא ווערט ער נישט פֿאַרדאָרבן. אַנאַבאַס האָט זיך אויך דערקליבן ביז אינדאָנעזיע און דער נײַער גווינעע. מע האָט מורא, אַז פֿון דאָרטן וועט ער אָנקומען קיין אויסטראַליע און ברענגען אַ גרויסן היזק. אינעם יאָר 2005 האָט מען אַנטדעקט דעם „זיך־דראַפּענדיקן‟ אָקון אויפֿן אויסטראַלישן אינדזל סײַבײַ. אין פֿאַרגלײַך מיט אינדיע, וווּ דער דאָזיקער פֿיש איז אַ נאַטירלעכער טייל פֿון דער סבֿיבֿה, קאָן אַזאַ אומגעוווּנטשענער גאַסט גורם זײַן אַ גאַנצע סבֿיבֿה־קאַטאַסטראָפֿע אויפֿן שכנותדיקן קאָנטינענט.

אַ טייל נײַעס־קוואַלן האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך איבערגעגעבן, אַז צומאָל קלעטערט דער חידושדיקער פֿיש אַרויף אויף די ביימער, דערפֿאַר טראָגט ער אַזאַ נאָמען — דער „זיך־דראַפּענדיקער אָקון‟. במשך פֿון הונדערטער יאָר האָט מען געגלייבט, אַז ס׳איז טאַקע אמת. הײַנט ווייסט מען אָבער, פֿון וואַנען אַזאַ לעגענדע האָט זיך גענומען. ווען די פֿייגל כאַפּן דעם אָקון און טראָגט אין דער לופֿטן איבער די ביימער, פֿאַרלירן זיי צומאָל דעם פֿיש. דערפֿאַר, טרעפֿן מען צומאָל אַזאַ לעבעדיקע וואַסער־באַשעפֿעניש אויפֿן שפּיץ בוים, הגם אַליין איז אַנאַבאַס נישט בכּוח אַרויפֿצוקריכן אויף אַ ממשותדיקער הייך.

צי מען עסט אַזאַ חידושדיקע באַשעפֿעניש על־פּי־הלכה? זאָל מען עס באַטראַכטן ווי אַן אַמפֿיביע, וואָס קאָן אָטעמען אין וואַסער און אויף דער יבשה, און געהערט צו דער זעלבער קאַטעגאָריע, ווי זשאַבעס און סאַלאַמאַנדרעס? אַנאַבאַס איז ווײַט נישט דער איינציקער מין פֿיש, וואָס קומען צומאָל אַרויס פֿונעם וואַסער אויף דער יבשה. אין די טראָפּישע זומפּן פֿון מערבֿ־אַפֿריקע לעבט דער ווענגער־וועלש (eel catfish), וועלכער קריכט אַמאָל אויפֿן פֿײַכטן גרונט, כאַפּנדיק די אינסעקטן. דער נאָמען גופֿא, אַ קאָמבינאַציע פֿון צוויי טרייפֿענע מינים פֿיש, ווײַזט אָבער אָן, אַז אַזאַ באַשעפֿעניש איז נישט כּשר. אַזוי ווי אַנדערע וועלשן, האָט דער דאָזיקער פֿיש נישט קיין ליסקעס.

(סוף קומט)