ייִדן בעטן צו פֿאַרדאַמען לוטערס אַנטיסעמיטיזם

Jews Ask to Condemn Luther’s Anti-Semitism

דער דײַטשישער פּרעזידענט, יאָאַכים גאַוק (רעכטס), טרעפֿט זיך מיט יוסף שוסטער, דער ראָש פֿונעם צענטראַלן ייִדישן ראַט אין דײַטשלאַנד.
Getty Images
דער דײַטשישער פּרעזידענט, יאָאַכים גאַוק (רעכטס), טרעפֿט זיך מיט יוסף שוסטער, דער ראָש פֿונעם צענטראַלן ייִדישן ראַט אין דײַטשלאַנד.

פֿון ייִט״אַ

Published June 19, 2015, issue of July 10, 2015.

אַ פּראָמינענטער ייִדישער כּלל־טוער אין דײַטשלאַנד האָט גערופֿן די פּראָטעסטאַנטן אויפֿצוטרעטן קעגן די אַנטיסעמיטישע אַרויסזאָגונגען פֿון מאַרטין לוטער, דער גרינדער פֿון דער פּראָטעסטאַנטישער רעפֿאָרמאַציע.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, בעת אַ קאָנפֿערענץ אין בערלין, האָט יוסף שוסטער, וועלכער פֿירט אָן מיטן „צענטראַלן ראַט פֿון דײַטשישע ייִדן‟, אויסגעדריקט אַ האָפֿענונג, אַז די פּראָטעסטאַנטישע קירך וועט „אַרויסווײַזן אַ קלאָרן סימן‟, אַז זי פֿאַרדאַמט מאַרטין לוטערס אַנטיסעמיטישע ווערק פֿאַרן 500־יאָריקן יוביליי פֿון דער רעפֿאָרמאַציע, וועלכן מע וועט פּראַווען אינעם יאָר 2017.

די קאָנפֿערענץ, וועלכע איז פֿאָרגעקומען דעם 10טן יוני, האָט געהייסן „דער רעפֿאָרמיסט, כּופֿר, שׂונא פֿון די ייִדן — ייִדישע קוקווינקלעך אויף מאַרטין לוטער‟. די אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן „צענטראַלן ראַט‟ בשותּפֿות מיט דער „עוואַנגעלישער אַקאַדעמיע‟. די וואָך־צײַטונג „ייִדישע אַלגעמיינע‟ האָט איבערגעגעבן, אַז בעת זײַן אויפֿטריט האָט שוסטער געטענהט, אַז לוטערס אַרויסזאָגונגען וועגן די ייִדן זענען „בשום־אופֿן נישט צו פֿאַרטראָגן‟.

אינעם דיקן בוך „וועגן די ייִדן און זייערע ליגנס‟, אָנגעשריבן אין 1543, האָט מאַרטין לוטער אָנגעשריבן, אַז די ייִדן זענען אַן „געמיין‟ פֿאָלק און גערופֿן די גלייביקע פּראָטעסטאַנטן צו פֿאַרברענען די שילן און צו פֿאַרטרײַבן די ייִדן פֿון זייערע שטיבער. לוטער האָט געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דעם, וואָס אין דער געגנט, וווּ ער האָט געפֿירט זײַן רעפֿאָרם־קאַמפּאַניע, האָט מען נישט נישט געלאָזט די ייִדן צו וווינען אָדער פֿאַרנעמען געוויסע שטעלעס.

ניקאָלאַוס שנײַדער, אַ געוועזענער פּרעזידענט פֿונעם פּראָטעסטאַנטישן קירך־ראַט אין דײַטשלאַנד, האָט אדערקלערט שוסטער אויף דער קאָנפֿערענץ, אַז די קירך־פֿירער האָבן אָנגעהויבן אַ קאַמף קעגן לוטערס אַנטיסעמיטישע מיינונגען, און אַז ער איז „גאַנץ זיכער‟, אַז פֿאַרן 500־יאָריקן יוביליי פֿון זייער באַוועגונג וועט זײַן אָרגאַניזאַציע אָננעמען אַ דעקלאַראַציע וועגן דעם דאָזיקן ענין.

מיט 500 יאָר צוריק, אינעם יאָר 1517, האָט מאַרטין לוטער פֿאַרשפּרייט זײַנע „95 טעזיסן‟, פֿאַרדאַמענדיק פֿאַרשיידענע הנהגות פֿון דער אָפֿיציעלער קירך. לויט אַ טייל קוואַלן, האָט ער צוגעקלאַפּט זײַנע באַשולדיקונגען אויף דער טיר פֿונעם „קלויסטער פֿון אַלע הייליקע‟ אין דער דײַטשישער שטאָט וויטענבערג. די קריטיקער באַמערקן אָבער, אַז הגם לוטערס באַוועגונג האָט אויסגענומען און אַ סך קריסטן האָבן מסכּים געווען מיט זײַך קריטיק פֿון דער קאַטוילישער קירך, האָבן די פּראָטעסטאַנטן לאַנג פֿאַרזען די עוולות, וואָס דער גרינדער פֿון זייער באַוועגונג איז אַליין באַגאַנגען.

דורון קיזל, דער דירעקטאָר פֿונעם אָפּטייל פֿאַר בילדונג־ענינים בײַם דײַטשיש־ייִדישן ראַט, האָט געזאָגט אויף דער קאָנפֿערענץ, אַז מצד דעם ייִדישן שטאַנדפּונקט איז נישטאָ וואָס צו רעדן וועגן די גוטע אָדער שלעכטע אויפֿטוען פֿון מאַרטין לוטער; אינעם ייִדישן זכּרון בלײַבט ער בלויז באַקאַנט ווי דער טוער, וועלכער האָט פֿאַרשפּרייט די העצע צו פֿאַרברענען די שילן און צו פֿאַרטרײַבן די ייִדן.