אײַנדרוקן פֿונעם „קולטורפֿעסט‟

Impressions of Kulturfest


פֿון דזשאָרדין קוציק

Published June 21, 2015, issue of July 10, 2015.

„ס׳איז זיי טאַקע געלונגען‟

ווי איך האָב געשריבן מיט כּמעט אַ חודש צוריק אין „פֿאָרווערטס‟, איז דער „קולטורפֿעסט‟ דער סאַמע־גרעסטער פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער קולטור וואָס מע האָט אַ מאָל געמאַכט, מסתּמא זינט דעם וועלט־צוזאַמענפֿאָר פֿון ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציעס אין פּאַריז אין 1937. אַזאַ אַמביציעזע פּראָגראַם האָט אַרויסגערופֿן גרויסע ספֿקות בײַ געוויסע מענטשן, מיט וועמען איך האָב גערעדט במשך פֿון חדשים פֿאַרן פֿעסטיוואַל. נאָך מײַן שמועס מיט זלמן מלאָטעקן און אַנדערע מענטשן פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟ וועגן דעם פֿעסטיוואַל האָט אַ באַקאַנטער טוער אין דער ייִדיש־וועלט מיך געפֿרעגט צי איך האַלט, אַז די „פֿאָלקסבינע‟ וועט מסוגל זײַן דורכצופֿירן דעם פֿעסטיוואַל ווי געהעריק, און צי גענוג מענטשן וועלן קומען אויף די פֿאָרשטעלונגען. מיט אַ פּאָר וואָכן שפּעטער, נאָכן פּרעכטיקן דערעפֿענונגס־קאָנצערט אין „בראָקפֿילד־פּלייס‟, אויף וועלכן עס זענען געקומען מער ווי 1,500 מענטשן, איז ער צוגעקומען צו מיר און געזאָגט: „נו, ס׳איז זיי טאַקע געלונגען‟. דער פֿעסטיוואַל איז מער ווי סתּם „געלונגען‟, ער איז געווען אַ ריזיקער דערפֿאָלג, וואָס האָט דערהויבן דעם שם סײַ פֿונעם טעאַטער ווי אַן אָרגאַניזאַציע, און סײַ פֿון דער ייִדישער קולטור אין ניו־יאָרק.

אמת, ווי אַ רעפּאָרטער מיט אַ נאָענטן צוטריט צו די אָרגאַניזאַטאָרן און געוויסע געשעענישן הינטער די קוליסן, איז מיר אויסגעקומען צו הערן וועגן פֿאַרשידענע אומגעריכטע שוועריקייטן, וואָס זענען פֿאָרגעקומען במשך פֿונעם פֿעסטיוואַל, וואָס זענען ניט באַקאַנט דעם ברייטערן עולם. געוויסע זאַכן זענען פֿאָרגעקומען סתּם צוליב דעם שלימזל, די אַנדערע — צוליב דעם, וואָס די „פֿאָלקסבינע‟ האָט פֿאַרזען געוויסע פּרטים. די פּראָבלעמען, אָבער, זענען באמת אַ קלייניקייט, אַ שפּײַ אין ים, אין פֿאַרגלײַך מיטן דערפֿאָלג פֿונעם פֿעסטיוואַל, בפֿרט אַז די פֿאַרשידענע שוועריקייטן האָבן אין גאַנצן ניט געשטערט די מענטשן וואָס זענען געקומען אויפֿן פֿעסטיוואַל.

„די כּלה איז טאַקע צו שיין‟

במשך פֿונעם „קולטורפֿעסט‟ האָט מען געקענט בײַ יעדן איינעם, אַפֿילו בײַ געוויסע „פֿאָלקסבינע‟־לײַט, הערן די זעלביקע „טענה‟: „ס׳איז פּשוט צו פֿיל וואָס צו זען‟! איך בין שוין געגאַנגען אויף אַ סך פֿעסטיוואַלן, און איך האָב אָפֿט געדאַרפֿט פֿאַרפֿעלן אַ פּאָר זאַכן צוליב דעם, וואָס צוויי אינטערעסאַנטע פּראָגראַמען קומען פֿאָר מיט אַ מאָל. אַזאַ איבערלעבעניש האָב איך, אָבער, קיינמאָל פֿריִער ניט געהאַט אויף אַ ייִדישן פֿעסטיוואַל; און בכלל איז דאָס געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס איך האָב ממש ניט געקענט באַשליסן צווישן פֿיר פֿאַרשידענע פּראָגראַמען, וואָס קומען פֿאָר אין דער זעלביקער צײַט. ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז זייער אַ סך אַקטיוועטעטן זענען פֿאָרגעקומען במשך פֿונעם אַרבעטס־טאָג, און אַז בײַ נאַכט האָט מען אָפֿט געהאַט פֿינף, זעקס און אַפֿילו זיבן פֿאַרשידענע פֿאָרשטעלונגען כּמעט מיט אַ מאָל, האָט קיינער ניט געקענט זען אַלץ, וואָס ער האָט געוואָלט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.