טשאַרלסטאָן־מערדער האָט גערופֿן „אויסצוראָטן ייִדישע אידענטיטעט‟

Charleston Gunman's Manifesto Calls to "Destroy Jewish Identity"

דער פֿאַרדעכטיקטער אין די מאָרדן, דילאַן רוף, קומט אָן אין געריכט, דעם 19טן יוני, טשאַרלסטאָן, דרום־קאַראָלײַנע
Getty Images
דער פֿאַרדעכטיקטער אין די מאָרדן, דילאַן רוף, קומט אָן אין געריכט, דעם 19טן יוני, טשאַרלסטאָן, דרום־קאַראָלײַנע

פֿון ייִט״אַ

Published June 23, 2015, issue of July 10, 2015.

דילאַן רוף, דער פֿאַרדעכטיקטער מערדער פֿון נײַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער מתפּללים אין אַ קלויסטער אין טשאַרלסטאָן, דרום־קאַראָלײַנע פֿאַראַכטאָגן מיטוואָך, האָט פֿריִער אין אַ מאַניפֿעסט אויף דער אינטערנעץ געהאַט אויסגעדריקט סײַ ראַסיסטישע, סײַ אַנטיסעמיטישע מיינונגען.

„מע קען בלויז לייזן די ייִדישע פּראָבלעם, אויב מע וועט אויף עפּעס אַן אופֿן קאָנען אויסראָטן די ייִדישע אידענטיטעט,‟ האָט ער געשריבן.

רוף, 21 יאָר אַלט, איז פֿאָרמעל באַשולדיקט געוואָרן אין דערשיסן אויף טויט נײַן מענטשן, בעת אַ ביבל־קלאַס אינעם קלויסטער Emanuel AME Church. דרײַ טעג נאָך דער שיסערײַ, איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן זײַן ראַסיסטישער מאַניפֿעסט, וואָס געפֿינט זיך אויף אַ וועבזײַט, רעגיסטרירט אויף זײַן נאָמען.

דער דאָקומענט פֿון 2,500 ווערטער איז פֿול מיט ראַסיסטישע באַמערקונגען און אויסלײג־גרײַזן. עס ווערט באַגלייט מיט פֿאָטאָגראַפֿיעס, וווּ רוף פֿאַרברענט אַן אַמעריקאַנער פֿאָן און שטעלט אָן אַ ביקס.

אין ס׳רובֿ פֿונעם מאַניפֿעסט שרײַבט ער וועגן די שוואַרצע, וואָס ער באַצייכנט ווי „די גרעסטע פּראָבלעם פֿאַר די אַמעריקאַנער‟, זאָגנדיק, אַז זיי זענען „טיפּשים און בלוטדאָרשטיק‟. ער דערקלערט, אַז סעגרעגאַציע איז „נישט געווען קיין שלעכטע זאַך, און דריקט אויך אויס מיינונגען וועגן שקלאַפֿערײַ, וועגן דעם וואָס די ווײַסע זענען „אַנטלאָפֿן‟ אין די פֿאָרשטעט, און וועגן געמישטע ווײַסע־און־שוואַרצע פּאָרלעך.

די ייִדן, שרײַבט ער, זענען „אַ רעטעניש‟. „איך וועל אַפֿילו נישט פּרוּוון צו פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס די ייִדן טוען וואָס זיי טוען‟, און גיט צו, אַז „ס׳רובֿ אַמעריקאַנער און אייראָפּעיִשע ייִדן זענען ווײַסע‟. „לויט מײַן מיינונג, איז דער ענין מיט די ייִדן נישט זייער בלוט, אָבער זייער אידענטיטעט. אויב מיר וואָלטן אויף עפּעס אַן אופֿן געקאָנט אויסראָטן די ייִדישע אידענטיטעט, וואָלטן זיי נישט געשאַפֿן קיין גרויסע פּראָבלעם. די צרה איז, אַז די ייִדן זעען אויס ווי ווײַסע, און אָפֿט מאָל זענען זיי טאַקע ווײַסע, אָבער האַלטן זיך פֿאַר מינאָריטעטן… פּונקט אַזוי ווי די ׳ניגערס׳, טראַכטן די ייִדן תּמיד וועגן דעם, אַז זיי זענען ייִדן,‟ האָט רוף געשריבן, און צוגעגעבן: „די אַמעריקאַנער מוזן אויפֿהערן צו קעמפֿן פֿאַר די ייִדן.‟