דער זייגער שלאָגט צוועלף פֿאַר די דרוזן

The Clock is Ticking For the Druze Community

ישׂראלדיקע דרוזן אויף אַ דעמאָנסטראַציע אינעם דרוזישן דאָרף „יאַרקאַ”. די דעמאָנסטראַציע איז געווען אַן אָפרוף אויף אַ שלאַכט צווישן דרוזן און סירישע קעמפֿער, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין צפֿון־מערבֿ סיריע.
Getty Images
ישׂראלדיקע דרוזן אויף אַ דעמאָנסטראַציע אינעם דרוזישן דאָרף „יאַרקאַ”. די דעמאָנסטראַציע איז געווען אַן אָפרוף אויף אַ שלאַכט צווישן דרוזן און סירישע קעמפֿער, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין צפֿון־מערבֿ סיריע.

פֿון עמיל קאַלין

Published June 24, 2015, issue of July 10, 2015.

יענע וואָך, האָט ישׁראל זיך אויפֿגעכאַפּט און דערזען, אַז דער אָנגייענדיקער קריג אין סיריע איז אָט־אָט עלול זיך אָנצוכאַפּן אויך אין איר. געשען איז דאָס אַ קאַפּעלע אומדערוואַרט: דער סירישער פּרעזידענט באַשאַר אַל־אַסאַד האָט אײַנגעזען, אַז זײַנע כּוחות אין די ענדלאָזע שלאַכטן אין סיריע סטײַען נישט, כּדי אויפֿצוהאַלטן צוויי וויכטיקע פֿראָנטן — דמשׂק און דעם צפֿונדיקן ים־ברעג, וואָס ציט זיך פֿון לבֿנון ביז דער גרענעץ מיט טערקײַ; האָט ער צוריקגעצויגן די אָפֿיצירן פֿון צוויי מעכטיקע באַזעס נישט ווײַט פֿון דעם גולן, פֿון דער בריגאַדע 90 און פֿון דער בריגאַדע 52.

טוענדיק אַזוי, האָט ער איבערגעלאָזט זײַנע סאָלדאַטן אַליין — זאָלן זיי אַנטלויפֿן פֿון די דזשיהאַדיסטן; ווי אויכעט געלאָזט אויף הפֿקר דעם דרוזישן קאַנט, דעם דרוזן־באַרג, וווּ עס וווינען אַרום זיבן הונדערט טויזנט מענטשן.

די כּוחות וואָס האָבן איבערגענומען דעם שטח באַשטייען פֿון צענדליקער רעבעלן־גרופּעס, און די טאָן-געבערס זענען „דזשאַבהאַט על נוסראַ‟; די רעבעלן האָבן צוגעזאָגט, אַז זיי וועלן נישט אָנרירן די דרוזן און זיי לאָזן לעבן בשלום. און דאָך, איז פֿאָרגעקומען איין אינצידענט, וווּ עס זענען אומגעבראַכט געוואָרן, לויט די אומאָפֿיציעלע באַריכטן, 30 דרוזן. ווי עס זעט אויס איצטער, זענען פֿאָרט נישט דורכגעפֿירט געוואָרן קיין שום מאַסן־עקזעקוציע אָדער געוואַלד־טאַטן פֿון אַ גרויסן פֿאַרנעם. די אַראַבישע מעדיאַ האָט זיך אַפֿילו נישט מטריח געווען צו באַריכטן צופֿיל וועגן דעם מצבֿ אין צפֿון־גולן.

און דאָך, איז צו פֿאַרשטיין די אַלגעמיינע נערוועזקייט צווישן די דרוזן. זיי זענען געוווינט צו האָבן אָנגעשטרענגטע באַציִונגען מיט דער מוסולמענישער מערהייט, און זיי האַלטן כּסדר אַן אויג אויף „דער איסלאַמישער מדינה‟, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון זיי, אין פּאַלמיראַ, 300 קילאָמעטער פֿון זייער שטאָט סוויידאַ.

יענע וואָך, אין איינעם מיטן אָנקום פֿון די ידיעות פֿון סיריע, זענען אויסגעבראָכן שטורמישע דעמאָנסטראַציעס פֿון די אָרטיקע דרוזן, וואָס פֿאָדערן, אַז מדינת-ישׂראל זאָל זיך אַרײַנרײַסן אין סיריע און באַשיצן זייערע ברידער פֿון דעם „שווערן גורל, וואָס דער ראַדיקאַלער איסלאַם טיילט צו צו כּופֿרים‟.

נישט געקוקט אויף די דעמאָנסטראַציעס, איז שוין קלאָר, אַז ישׂראל וועט זיך נישט אַרײַנמישן מיליטעריש אין סיריע; דאָס איז אויסשליסלעך, און לאָמיר זאָגן, אַז צה״ל וועט יאָ באַשיצן די דרוזן. שטעלט זיך אַ פֿראַגע, וואָס וועט ווײַטער זײַן? צי וועט די אינטערנאַציאָנאַלע געזעלשאַפֿט דערלאָזן אַזאַ אָפּעראַציע? מסתּמא, ניין. און אויב צה״ל וועט מוזן אָפּטרעטן, פֿריִער צי שפּעטער, וועלן די איסלאַמיסטן לאָזן די דרוזן צו רו? אפֿשר שיקן אַהין די דרוזישע זעלנער? ישׂראל וויל נישט טראָגן דאָס אַחריות אָדער זײַן אַרײַנגעמישט אין סיריע אויף קיין שום אופֿן נישט. דאָס איינציקע וואָס ס׳איז מעגלעך איז צו שיקן הומאַניטאַרישע הילף. נאָר וואָס טויג אַזאַ הילף, אויב די איסלאַמיסטן וועלן נעמען קוילן די „כּופֿרים‟?

אַזוי צי אַנדערש בלײַבט די אונטערשטע שורה די אייגענע: די דרוזן אין סיריע זענען איבערגעלאָזט געוואָרן דורך זייער אַמאָליקן אַליִיִרטן, פּרעזידענט אַסאַד, אויף זייער אייגענעם באַראָט, פּונקט ווי ער האָט פֿאַרלאָזט זײַנע אייגענע זעלנער — קעמפֿן אָדער אַנטלויפֿן.

די העכסט־אָנגעשטרענגטע לאַגע אין דרום־סיריע קען גאָר גיך זיך פֿאַרשפּרייטן אויף ישׂראל, איבערהויפּט אויף די שטעטלעך און דערפֿער, וווּ עס וווינען בשכנות די מוסולמענער און דרוזן. מעכטיקע אומרוען קענען זיך צעפֿלאַקערן צוליב יעדער קלייניקייט. אַזוי געשעט אָפֿט, ווען די לופֿט איז אָנגעזעטיקט מיט פּולווער, און אַלע האָבן צוטריט צו די אַראַבישע קאָמוניקאַציע־מיטלען, וווּ די טראַגעדיע אין סיריע שפּילט די הויפּט־ראָלע.

אין דעם מיטעלן מיזרח איז יעדער נאָר פֿאַר זיך. די בעסטע אַליאַנץ איז פֿאַרבונדן מיט צײַטווײַליקע אינטערעסן; נישטאָ קיין געפֿילן אָדער ערן-וואָרט. אַז עס קומט צום לעבן און טויט, דאַרף יעדער זיך פֿאַרלאָזן נאָר אויף זײַנע אייגענע כּוחות. אין דעם שטעקט אַ מוסר-השׂכּל פֿאַר ישׂראל און די ייִדן: זיך נישט פֿאַרלאָזן אין גאַנצן אויפֿן „גרויסן ברודער‟. עס זענען נישטאָ קיין אייביקע פֿרײַנד, זיכער נישט אין דער וועלט-פּאָליטיק.