אַ ייִדישע עדה מיט אַן אײגנאַרטיקן גורל

A Jewish Community with a Unique History

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published May 24, 2015, issue of July 10, 2015.

די לאַנגע געשיכטע פֿון ייִדן אין גרוזיע פּאַסט זיך נישט אַרײַן אין די אָנגענומענע באַגריפֿן װעגן אַסימילאַציע און קיום פֿון אַנדערע ייִדישע עדות אין גלות. דער מאָסקװער עטנאָלאָג און לינגװיסט מיכאל טשלענאָװ דערקלערט, אַז זינט די אוראַלטע צײַטן, אין משך פֿון מער װי צװײ טױזנט יאָר, האָבן די ייִדן אונטערגעהאַלטן נאָענטע באַציִונגען מיט דער אַרומיקער באַפֿעלקערונג. ייִדן האָבן תּמיד גערעדט די גרוזינישע שפּראַך און געטראָגן גרוזינישע קלײדער. אַ היפּשע צאָל פֿון זיי זײַנען געװען פּױערים און געלעבט אין די דערפֿער צװישן גרוזינער. דערבײַ האָבן די ייִדן פֿון תּמיד אָן אָפּגעהיט די ייִדישע אמונה און מינהגים, שטודירט לשון־קודש, הגם קײן גרױסע למדנים און תּלמידי־חכמים זײַנען אין גרוזיע ניט געװען.

די געשיכטע, קולטור און דער לעבנס־שטײגער פֿון די גרוזינישע ייִדן זײַנען נאָך װײַט ניט אויסגעפֿאָרשט. דאָס רובֿ שטודיעס און מקורים זײַנען אָנגעשריבן אױף גרוזיניש, אַ שפּראַך, װאָס איז װײניק באַקאַנט מחוץ גרוזיע. און די גרוזינישע היסטאָריקער האָבן אַ נטיה צו באַטראַכטן די ייִדן בלױז אין דעם גערעם פֿון דער אײגענער נאַציאָנאַלער געשיכטע. זײ זײַנען ניט גוט באַהאַװנט אין דער אַלגעמײנער ייִדישער געשיכטע און צומאָל ניט קריטיש צו דעם היסטאָרישן מאַטעריאַל.

דערפֿאַר איז די פּובליקאַציע פֿונעם נײַעם זאַמלבוך „בלעטער פֿון דער געשיכטע און קולטור פֿון ייִדן אין גרוזיע (אױף די שפּורן פֿון דער עקספּעדיציע אין 2013)‟ ספּעציעל אינטערעסאַנט. רי דאָזיקע עקספּעדיציע איז אַ טײל פֿונעם גרױסן פֿאָרשערישן פּראָיעקט בײַם מאָסקװער אַקאַדעמישן צענטער „ספֿר‟. דער פּראָיעקט פֿאָרשט פֿאַרשידענע ייִדישע עדות און ייִשובֿים פֿון דער אַמאָליקער רוסישער אימפּעריע און סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

די קאַפּיטלען פֿונעם דאָזיקן בוך באַהאַנדלען די אַלטע און נײַע געשיכטע פֿון ייִדן אין גרוזיע, זײער קונסט, און מאַטעריעלע דענקמעלער, װי שילן און בית־עלמינס. צװײ אַרטיקלען דערצײלן װעגן די באַציִונגען צװישן גרוזינישע און פּױלישע ייִדן, און צװײ עטנאָגראַפֿישע פֿאָרשונגען אַנאַליזירן, װי אַזױ די גרוזינער האָבן אױפֿגענומען זײערע ייִדישע שכנים. צװײ אַרטיקלען זײַנען ספּעציעל איבערגעזעצט אױף רוסיש פֿון דער גרוזינישער שפּראַך.

די ערשטע ייִדן האָבן זיך באַװיזן אינעם קעניגרײַך קאַרטלי אױף דער טעריטאָריע פֿון דער הײַנטיקער גרוזיע אין דער תּקופֿה פֿון די מכּבייער, װען די גריכישע מלוכה פֿון סעלעװקידן האָט באַזעצט די ייִדן אין פֿאַרשידענע שטחים פֿון זײער אימפּעריע. די שפּעטערע מקורים זײַנען גאַנץ קאַרג, אָבער מיר װײסן, אַז ייִדישע קהילות האָבן עקזיסטירט אין מיטלאַלטער אין קאַהעטיע, אַ מלוכה װאָס איז אַנטשטאַנען אַרום 15טן יאָרהונדערט אינעם מיזרח־טײל פֿון גרוזיע. אינעם 16טן יאָרהונדערט זײַנען דאָס רובֿ ייִדן דעפּאָרטירט געװאָרן קײן פּערסיע נאָך דעם, װי דער פּערסישער שאַך אַבאַס האָט חרובֿ געמאַכט די קאַהעטישע הױפּטשטאָט גרעמי. דער שאַך האָט גענומען די ייִדן מיט זיך קײן פּערסיע, װײַל זײ זײַנען געװען מומחים אין אױספֿאַרטיקן זײַדענע שטאָפֿן.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.