אַנקעטע: אַמעריקאַנער וואָלטן גיכער געשטימט פֿאַר אַ ייִד

Poll: Americans More Apt to Back Jewish Candidates

דער אַמעריקאַנער סענאַטאָר בערני סאַנדערס, פֿון ווערמאָנט, איז דערווײַל דער איינציקער ייִדישער קאַנדידאַט אין די פּרעזידענטישע וואַלן פֿון 2016
דער אַמעריקאַנער סענאַטאָר בערני סאַנדערס, פֿון ווערמאָנט, איז דערווײַל דער איינציקער ייִדישער קאַנדידאַט אין די פּרעזידענטישע וואַלן פֿון 2016

פֿון ייִט״אַ

Published June 24, 2015, issue of July 10, 2015.

מער אַמעריקאַנער וואָלטן געשטימט פֿאַר אַ ייִדישן פּרעזידענט־קאַנדידאַט, איידער פֿאַר אַ קריסטלעכן עוואַנגעליסט, מוסולמענער אָדער אַטעיִסט, לויט אַ נײַער „גאַלאָפּ‟־אַנקעטע.

91% אַמעריקאַנער האָבן געזאָגט, אַז זיי וואָלטן געשטימט פֿאַר אַ ייִד, אָבער בלויז 73% וואָלטן געשטימט פֿאַר אַן עוואַנגאַליסט; 60% — פֿאַר אַ מוסולמענער, און 58% — פֿאַר אַן אַטעיִסט.

ווען מע האָט צום ערשטן מאָל געשטעלט די פֿראַגע אין 1937, האָבן ווייניקער ווי אַ העלפֿט פֿון די אַמעריקאַנער געזאָגט, אַז זיי וואָלטן געשטימט פֿאַר אַ ייִדישן קאַנדידאַט.

בעת די טעלעפֿאָן־אינטערוויוען, וואָס מע האָט דורכגעפֿירט צווישן דעם 2טן און 7טן יוני, האָט מען אויך געפֿרעגט די 1,527 באַטייליקטע, צי זיי וואָלטן געשטימט פֿאַר אַ האָמאָסעקסואַליסט אָדער לעסביאַנקע, אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, לאַטינאָ, פֿרוי אָדער אַ סאָציאַליסט. 92% האָבן געזאָגט, אַז זיי וואָלטן געשטימט פֿאַר אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אָדער אַ פֿרוי, און 74% — פֿאַר אַ האָמאָסעקסואַליסט אָדער לעסביאַנקע. 47% וואָלטן געקלערט צו שטימען פֿאַר אַ סאָציאַליסט.

סײַ די דעמאָקראַטן (92%), סײַ די רעפּובליקאַנער (95%) האָבן אויסגעדריקט אַ וויליקייט צו שטימען פֿאַר אַ ייִדישן קאַנדידאַט, אָבער אין שײַכות מיט קאַנדידאַטן פֿון אַנדערע רעליגיעס, איז אַנטפּלעקט געוואָרן אַ ממשותדיקער אונטערשייד. בײַ די רעפּובליקאַנער, וואָלטן 84% געשטימט פֿאַר אַ קריסטלעכן עוואַנגאַליסט, אין פֿאַרגלײַך מיט 66% פֿון די דעמאָקראַטן. 73% דעמאָקראַטן וואָלטן געשטימט פֿאַר אַ מוסולמענער, אָבער בלויז 45% רעפּובליקאַנער וואָלטן דאָס געטאָן. בערך 64% דעמאָקראַטן וואָלטן געשטיצט אַן אַטעיִסט, אין פֿאַרגלײַך מיט 45% רעפּובליקאַנער.

85% דעמאָקראַטן, און 61% רעפּובליקאַנער, וואָלטן געשטימט פֿאַר אַ האָמאָסעקסואַליסט אָדער לעסביאַנקע.

דער אַמעריקאַנער סענאַטאָר בערני סאַנדערס, פֿון ווערמאָנט, איז דערווײַל דער איינציקער ייִדישער קאַנדידאַט אין די פּרעזידענטישע וואַלן פֿון 2016. הגם סאַנדערס געהערט נישט צו קיין פּאַרטיי, האָפֿט ער נאָמינירט צו ווערן ווי דער דעמאָקראַטישער קאַנדידאַט. ער אַליין באַצייכנט זיך ווי אַ דעמאָקראַטישער סאָציאַליסט, און קריטיקירט אָפֿט די הכנסה־אומגלײַכקייט אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.