גרויסער אויפֿשטײַג פֿון דײַטשע פֿרויען אין ISIS

Sharp Increase in German Women Joining ISIS

Testtube News.com

פֿון „רויטערס‟

Published June 25, 2015, issue of July 10, 2015.

די דײַטשישע אויסשפּיר־אַגענטור, BfV, איז באַזאָרגט וועגן דעם, אַז אַ וואַקסנדיקע צאָל פֿרויען זענען לעצטנס געפֿאָרן קיין איראַק און סיריע, כּדי מיטצוקעמפֿן מיט די מיליטאַנטן פֿון ISIS, האָט מיטוואָך געמאָלדן דער הויפּט פֿון דער אַגענטור, האַנס געאָרג מאַסען.

מאַסען האָט איבערגעגעבן דער גרופּע זשורנאַליסטן אין בערלין, אַז בערך 100 פֿון די 700 דײַטשן אין די קאַמף־זאָנעס זענען פֿרויען, און בערך אַ העלפֿט פֿון זיי זענען ייִנגער פֿון 25 יאָר.

אַן ענלעכע טענדענץ זעט מען אויך אין אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, בפֿרט מיט אַ גרויסער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג, ווי פֿראַנקרײַך און ענגלאַנד. מער פֿרויען שליסן זיך אָן אין ISIS ווי אין אַלע פֿריִערדיקע ראַדיקאַלע איסלאַמיסטישע באַוועגונגען.

„ס׳איז ממשותדיק געוואַקסן די צאָל פֿרויען, וואָס ווערן צוגעצויגן צו די רעקרוטיר־אַקציעס פֿון דער מיליטאַנטישער אָרגאַניזאַציע, סײַ דורך דער אינטערנעץ, סײַ דורך פּערזענלעכע טרעפֿונגען,‟ האָט מאַסען דערקלערט, צוגעבנדיק, אַז די צאָל סימפּאַטיקער אין דײַטשלאַנד האָט שוין דערגרייכט 7,500 מענטשן. „די סכּנה ווערט אַלץ שווערער צו באַקעמפֿן.‟

בערך 100 מענטשן פֿון דײַטשלאַנד, וואָס האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין ISIS, זענען שוין אומגעקומען, האָט ער געזאָגט. לויט געוויסע סימנים, איז שטאַרק געוואַקסן די צאָל אומגעבראַכטע זינט דעם אָנהייב פֿון 2015. בערך אַ דריטל פֿון די וואָס האָבן פֿאַרלאָזט דײַטשלאַנד זענען שוין צוריקגעקומען, און מער ווי 50 פֿון זיי האָבן טאַקע געקעמפֿט אין די שלאַכטן.

דעם פֿאַרגאַנגענעם סעפּטעמבער האָט די קאַנצלערין אַנגעלאַ מערקעל געזאָגט, אַז אַרום 400 דײַטשן און הונדערטער אַנדערע אייראָפּעער זענען שוין געפֿאָרן אינעם ראַיאָן צו קעמפֿן אויף דער זײַט פֿון ISIS.