ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published June 24, 2015, issue of July 10, 2015.

אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָרום, געווידמעט דעם חורבן און דער ערשטער וועלט־מלחמה

אין רוסלאַנד האָט מען אָפּגעמערקט די טרויעריקע דאַטע — 74 יאָר זינט ס‘האָט זיך אָנגעהויבן די „גרויסע פֿאָטערלענדישע מלחמה‟, ווי מע רופֿט עס אין רוסלאַנד. אין דער מעמאָריאַלער שיל אויף פּאָקלאָנע־באַרג אין מאָסקווע האָט זיך געעפֿנט אַן אינטערנאַציאָנאַלער פֿאָרום, געווידמעט דעם חורבן, ווי אויך דעם גענאָציד פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. דער פֿאָרום האָט דורכגעפֿירט דער רוסלענדישער מלוכישער הומאַניטאַרער אוניווערסיטעט און דער רוסלענדישער ייִדישער קאָנגרעס, בשותּפֿות מיטן צענטער „חורבן‟, און מיטן אינסטיטוט פֿון מאָדערנער געשיכטע (דײַטשלאַנד); עס האָבן זיך אויך באַטייליקט די ישׂראל־אַמבאַסאַדאָרין, די אַמבאַסאָדאָרן פֿון עטלעכע אייראָפּעיִשע לענדער און פֿאַרטרעטער פֿונעם מוזיי „יד־ושם‟. אינעם רוסלענדישן הומאַניטאַרן אוניווערסיטעט האָט מען געהאַלטן רעפֿעראַטן פֿון דער געשיכטע פֿון חורבן און דאָס אויפֿנעמען אים אין איצטיקן רוסלאַנד און אַנדערע לענדער פֿון געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

אַן אויסשטעלונג פֿון ליטאָגראַפֿיעס פֿון מאַרק שאַגאַל

אין מאָסקווער גאַלעריע „מאַסטאַרט‟ האָט זיך דעם 18טן יוני געעפֿנט אַן אויסשטעלונג פֿון ליטאָגראַפֿיעס פֿון מאַרק שאַגאַל, וואָס הייסט, „ויהי אור‟. די טעכניק פֿון ליטאָגראַפֿיע איז פֿאַר שאַגאַל ניט טיפּיש, ער האָט זיך צו איר געוואָנדן נאָר אין די שפּעטערדיקע יאָרן. עס ווערט אויסגעשטעלט אַ סעריע ליטאָגראַפֿישע אילוסטראַציעס צום תּנ״ך, סײַ שוואַרץ־ווײַסע און סײַ קאָליריקע, וואָס זענען געבליבן רעלאַטיוו אומבאַקאַנט אין רוסלאַנד. די אויסשטעלונג וועט זײַן אָפֿן ביזן 31טן אויגוסט.

איבערזעצונגען פֿונעם תּנ״ך, פֿון עליניזם ביז צו מאָדערניזם

נאָך אַן אויסשטעלונג האָט זיך געעפֿנט אינעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי — „איבערזעצונגען פֿונעם תּנ״ך, פֿון עליניזם ביז מאָדערניזם‟. די אויסשטעלונג שליסט אײַן ספֿרים פֿון שנאורסאָנס זאַמלונג: אַרמישע תּרגומים, איבערזעצונגען פֿונעם תּנ״ך אויף גריכיש, ייִדיש, לאַדינאָ, דײַטש און אַנדערע שפּראַכן. די עקספּאָזיציע דערציילט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישע איבערזעצונגען און וועגן זייער רעצעפּציע בײַ ייִדן — פֿון אָנערקענונג ביז אָפּשטויסן, ווי אויך וועגן דעם אונטערשייד צווישן איבערזעצונגען, געמאַכט פֿאַר מענער און פֿאַר פֿרויען.