אַנקעטע: צוטרוי צו אָבאַמאַ שטאַרק געפֿאַלן אין ישׂראל

Survey: Confidence in Obama Falls Dramatically in Israel

פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, דעם 3טן מאַרץ 2015, אין „ווײַסן הויז‟
Getty Images
פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, דעם 3טן מאַרץ 2015, אין „ווײַסן הויז‟

פֿון ייִט״אַ

Published June 28, 2015, issue of July 24, 2015.

הגם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ בלײַבט פּאָפּולער אין אַ סך לענדער, איז זײַן רעפּוטאַציע שטאַרק געפֿאַלן אין ישׂראל, גיט איבער אַ נײַע אַנקעטע.

זינט פֿאַראַיאָרן, איז דער צוטרוי בײַ ישׂראלים צו אָבאַמאַ, וואָס שייך זײַן וועלט־פּאָליטיק, געפֿאַלן פֿון 71% ביז 49%, לויט דער „׳פּיו׳־אַנקעטע פֿון באַציִונגען צו גלאָבאַלע ענינים‟, וואָס איז מיטוואָך פּובליקירט געוואָרן.

בלויז 15% פֿון די אײַנוווינער אין די פּאַלעסטינער שטחים האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן צוטרוי צו אָבאַמאַ וועגן די וועלט־ענינים, אין פֿאַרגלײַך מיט 82% וואָס האָבן נישט קיין צוטרוי צו אים. אין יאָרדאַניע האָבן 14% געזאָגט, אַז זיי האַלטן פֿון אָבאַמאַ, בעת 83% האָבן געזאָגט, אַז נישט.

די אײַנוווינער פֿון די פֿיליפּינען האָבן אַרויסגעוויזן דעם גרעסטן צוטרוי צו אָבאַמאַ: 94%; נאָך דעם — דרום־קאָרעע מיט 88%, און פֿראַנקרײַך — 83%.

די רעפּוטאַציע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן בײַ די לענדער פֿון דער וועלט איז געבליבן פּאָזיטיוו, לויט דער אַנקעטע. 69% האַלטן פֿון אַמעריקע, בעת 24% זענען נעגאַטיוו־געשטימט.

בערך 81% ישׂראלים קוקן פּאָזיטיוו אויף די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און 18% נעגאַטיוו, ענלעך צו די רעזולטאַטן פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי יאָר. אָבער צווישן די ייִדן און אַראַבער אין ישׂראל האָט זיך אַנטפּלעקט אַ גרויסער אונטערשייד: 87% פֿון די ייִדן אין ישׂראל זענען פּאָזיטיוו־געשטימט צו די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין פֿאַרגלײַך מיט 48% פֿון די אַראַבישע ישׂראלים.

לבֿנון, טערקײַ, די פּאַלעסטינער אויטאָריטעט און יאָרדאַניע האָבן אויך אויסגעדריקט שטאַרק נעגאַטיווע געפֿילן צו אַמעריקע.

די אַנקעטע איז דורכגעפֿירט געוואָרן סײַ דורך טעלעפֿאָנישע אינטערוויוען, סײַ פּנים־אל־פּנים, אין אַפּריל און מײַ. אין ישׂראל האָט מען דורכגעפֿירט 1,000 אַנקעטעס פּנים־אל־פּנים אויף העברעיִש און אַראַביש.