מעשׂה גריכנלאַנד אינעם קרומען שפּיגל

As Greece Looks Through a Cracked Mirror

אַ מיטגליד פֿון דעם פּאַרלאַמענט איז לעצטנס אַרויס מיט אַן אַנטיסעמיטישן קונץ: ער האָט איבערגעמאַכט דעם טרויעריק־באַקאַנטן אויפֿשריפֿט איבערן אַרײַנגאַנג אין אוישוויץ, „אַרבעט מאַכט פֿרײַ‟ אויף „מיר בלײַבן אין אייראָפּע‟
אַ מיטגליד פֿון דעם פּאַרלאַמענט איז לעצטנס אַרויס מיט אַן אַנטיסעמיטישן קונץ: ער האָט איבערגעמאַכט דעם טרויעריק־באַקאַנטן אויפֿשריפֿט איבערן אַרײַנגאַנג אין אוישוויץ, „אַרבעט מאַכט פֿרײַ‟ אויף „מיר בלײַבן אין אייראָפּע‟

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published June 30, 2015, issue of July 24, 2015.

ווען איך לייען און הער טאָג־אײַן טאָג־אויס וועגן די געשעענישן אין און אַרום גריכנלאַנד, דערמאָנט זיך מיר אַן אַלטער ייִדישער אַנעקדאָט:
די פֿרוי זעט, אַז איר מאַן קען ניט אײַנשלאָפֿן און פֿרעגט בײַ אים: „וואָס דרייסטו זיך?‟ — „איך בין שולדיק חיימען אַ טויזנטער, וואָס איך האָב אים צוגעזאָגט אָפּגעבן מאָרגן אין דער פֿרי. אָבער קיין געלט האָבן מיר דאָך ניט.‟ די פֿרוי טעלעפֿאָנירט חיימען און זאָגט אים, אַז דער מאַן ווען אים מאָרגן ניט אָפּגעבן דעם טויזנטער. דערנאָך זאָגט זי דעם מאַן: „דו קענסט שלאָפֿן. איצט וועט חיים זיך דרייען.‟

אַן ערך אַזאַ סטראַטעגיע האָט אויסגעקליבן די רעגירונג פֿונעם לאַנד, וואָס איז שולדיק דער גאַנצער וועלט אַזש 320 ביליאָן אייראָ. די רעגירונג, אין וועלכער די ראַדיקאַל־לינקע האָבן זיך איבערגעמישט מיט די ראַדיקאַל־רעכטע, האָט זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ ראַדיקאַל־ווילדן געדאַנק, אַז אייראָפּע זאָל אַראָפּשלינגען אַלע נאַרישקייטן זייערע, אַבי אײַנצוהאַלטן גריכנלאַנד אין דער פֿאַראייניקונג פֿון 18 לענדער, וועלכע האָבן בײַ זיך אײַנגעפֿירט דעם אייראָ. אָבער דאָס געדולד פֿון די שותּפֿים איז געקומען צום סוף, און די גריכן האָבן פֿאַקטיש באַקומען אַן אולטימאַטום: אָדער איר טוט דאָס, וואָס מע דערוואַרט פֿון אײַך — אין דעם פֿאַל וועט איר באַקומען אַ מעגלעכקייט ניט צו באַנקראָטירן, אָדער — איר וועט טאַקע מוזן פֿאַרלאָזן די גרופּע לענדער, וואָס ניצן דעם אייראָ.

די רעגירונג העלפֿט דערווײַל דעם המון צו זוכן אויסגעחלומטע שולדיקע אין דעם עקאָנאָמישן קאָשמאַר, און מע טוט עס אַנשטאָט צו קאָנצענטרירן זיך אויף רעאַלע מיטלען, וועלכע קענען ראַטעווען די עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד. צווישן די שולדיקע זײַנען אויך, פֿאַרשטייט זיך, די ייִדן. די רייד גייט אי וועגן דער אַלוועלטלעכער ייִדישער פֿינאַנציעלער קאָנספּיראַציע, אי וועגן דעם אייגענעם ייִדישן ייִשובֿ פֿון בערך פֿינף טויזנט נפֿשות. דער איצטיקער מיליטער־מיניסטער פּאַנאָס קאַמענאָס האָט מיט אַ צײַט צוריק באַשולדיקט די גריכישע ייִדן — אַז זיי דרייען זיך אויס כּלומרשט פֿון צאָלן שטײַערן.

איך ווייס ניט צי די גריכישע ייִדן זײַנע טאַקע אַלע (!) אַזעלכע שווינדלער. איך האָף, אַז ניט. דערצו איז דאָך קלאָר, אַז ניט זיי — אַ נישטיק ברעקל פֿון דער באַפֿעלקערונג — רײַסן אונטער די עקאָנאָמיע. קיין איין לאַנד אין דער מערבֿדיקער וועלט האָט ניט אַזאַ „שאָטן־עקאָנאָמיע‟ ווי גריכנלאַנד. איבער 22 פּראָצענט פֿון דער גאַנצער עקאָנאָמיע אַרבעט בגנבֿה, פֿאַר מזומן, און מע צאָלט ניט קיין שטײַערן. ס’איז ממש ווי אין אַן אַלטן משל: אַ מאַלפּע לאַכט אויס די מיאוסקייט פֿון אַנדערע באַשעפֿענישן, אָבער אַ בער ענטפֿערט איר אָפּ, אַז זי וואָלט בעסער „געהאַט אין זינען זיך — ביסט אויך ניט שענער‟.

איך ווייס ניט, וואָס פֿאַר אַ באַטײַט טראָגט אין זיך דער גריכישער משפּחה־נאָמען קאַמענאָס. אָבער ניט דער אויבנדערמאָנטער מיניסטער, נאָר אַן אַנדער טוער מיט דעם זעלבן משפּחה־נאָמען — דימינריס קאַמענאָס, אַ מיטגליד פֿון דעם פּאַרלאַמענט, איז לעצטנס אַרויס מיט אַזאַ נאַרישן, צי פּשוט אַנטיסעמיטישן קונץ: ער האָט איבערגעמאַכט דעם טרויעריק־באַקאַנטן אויפֿשריפֿט איבערן אַרײַנגאַנג אין אוישוויץ, „אַרבעט מאַכט פֿרײַ‟ אויף „מיר בלײַבן אין אייראָפּע‟.

דערווײַל איז קלאָר, אַז די רעגירונג האָט ניט קיין מוט אָנצונעמען די פּראָגראַם, באמת אַן אומברחמנותדיקע, וואָס די אינטערנאַציאָנאַלע געלטגעבער פֿאָדערן פֿון איר. האָט די רעגירונג באַשלאָסן אַרויסצוברענגען די דאָזיקע פּראָגראַם אויף אַ רעפֿערענדום — פֿאָרט די עלטסטע דעמאָקראַטיע אויף דער וועלט. אַזוי אַז דעם 5טן יולי, דער טאָג פֿונעם רעפֿערענדום, וועט די וועלט זיך דערוויסן צי גריכנלאַנד וועט טאַקע בלײַבן אין דער אייראָ־זאָנע, וווּהין זי איז, אַגבֿ, געהאַט אַרײַן אַ דאַנק געפֿאַלשטע ציפֿערן פֿון איר עקאָנאָמישן מצבֿ.

אין ענגלאַנד, ווי אפֿשר אויך אין אַנדערע לענדער, גרייט מען דערווײַל פּלענער, ווי אַזוי צו עוואַקויִרן צענדליקער טויזנטער טוריסטן פֿון גריכנלאַנד, טאָמער וועט דער גאַנצער מישמאַש פּאַראַליזירן די טראַנספּאָרט־סיסטעם.