אינװענטאַר־נעמען אין ייִדישן ביכער־צענטער

Taking Stock at the Yiddish Book Center

אַ פּאַנאָראַמע־בילד פֿון די ביכער־פּאָליצעס אין דער „קאַלטער קאַמער‟
אַ פּאַנאָראַמע־בילד פֿון די ביכער־פּאָליצעס אין דער „קאַלטער קאַמער‟

פֿון איציק בלימאַן

Published June 30, 2015, issue of July 24, 2015.

שױן דרײַ יאָר װי איך פֿאַרברענג די זומער־חדשים, לערנענדיק און אַרבעטנדיק אין ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט, מאַסאַטשוסעטס. יעדן טאָג קום איך אַרײַן אין צענטער און באַװוּנדער די ריזיקע קאָלעקציעס ביכער און צײַטשריפֿטן, װאָס שטײען אױף די פּאָליצעס‪.‬ זײ פֿאַרבעטן דעם פֿאַרבײַגײער אַרײַנצוקוקן און לײענען כאָטש אַ פּאָר שורות. אמת, די מערסטע טוריסטן װאָס קומען באַזוכן דעם צענטער, קענען נישט לײענען קײן ייִדיש, אָבער אױפֿן ערשטן בליק דערשפּירט מען דאָס אומבאַנעמלעכע עשירות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. די װאָך האָב איך געכאַפּט אַ שמועס מיט קאַטרין מאַדסען, דער ביבליאָגראַפֿין בײַם צענטער.

„אױפֿן אָרט זענען דאָ אַן ערך הונדערט פֿופֿציק טױזנט בענד. — האָט זי דערציילט, — נאָך אַ זעקס הונדערט טױזנט דופּליקאַטן האַלטן מיר אין אַ געדונגענעם סקלאַד נישט װײַט פֿון ביכער־צענטער. די רעשט האָבן מיר צעשיקט אין ביבליאָטעקן און פּריװאַטע קאָלעקציעס.“ די ביכער מעג מען קױפֿן פֿאַר אַכט דאָלאַר אַ באַנד, נישט װיכטיק צי ס‪׳איז אַ ביכל פּאָעזיע, צי אַן עקזעמפּלאַר פֿון סטוטשקאָװס טױזנט־זײַטיקן „אוצר“. פֿאַרשטײט זיך, יעדן זומער װאָס איך בין דאָ, ניץ איך אױס די געלעגנהײט אַהײמצוברענגען אַ בינטל ביכער…

װי גרױס די קאָלעקציע זאָל נישט זײַן, איז אַ מאָל זײער שװער צו געפֿינען די װערק אַפֿילו פֿון די גאָר באַקאַנטע מחברים. „פֿאַראַן געװיסע אױטאָרן, — האָט דערקלערט חבֿרטע מאַדסען, — װאָס װערן באַלד אױספֿאַרקױפֿט: קאַדיע מאָלאָדאָװסקי, ציליע דראַפּקין, עטלעכע טיטלען פֿון סוצקעװערן, גלאַטשטײנען, קאַרפּינאָװיטשן… אַנ־סקיס ביכער צעברעקלען זיך אין די הענט, און יעדער אײנער װיל אַן עקזעמפּלאַר פֿונעם ’דיבוק‘. גליקל האַמל, בעלאַ שאַגאַל, סטוטשקאָװס ׳גראַמען־לעקסיקאָן׳… די אָ ביכער באַקומען מיר פֿון צײַט צו צײַט, אָבער זעלטן װען האָבן מיר צענדליק עקזעמפּלאַרן.“

די באַרימטסטע ייִדישע שרײַבער, װאָס זײערע ביכער זענען נישט צוטריטלעך אױף די פּאָליצעס, זענען יצחק באַשעװיס און חײם גראַדע. פֿאַר װאָס? איבער דער דרוקרעכט־פּאָליטיק טאָר מען נישט אַרױפֿשטעלן אױף דער אינטערנעץ קײן סקאַנירטן נוסח פֿון זײערס אַ בוך, און דערפֿאַר (אָבער נישט נאָר דערפֿאַר) װיל מען קױפֿן די אָריגינעלע געדרוקטע בענד. זײערע ביכער האַלט מען אין קעלער‪;‬ אַנדערש װאָלט אַ קונה געקענט צוטראָגן אַן עקזעמפּלאַר צו דער קאַסירשע, װאָס לײענט נישט קײן ייִדיש און װײסט נישט, אַז דאָס בוך איז אַ יקר־המציאות. חבֿרטע מאַדסען האָט מיר אָנגעזאָגט, אַז לעצטנס האָט דער צענטער דװקא געקראָגן אַ שפּאָר ביסל ביכער פֿון בײדע מחברים‪;‬ אָבער געװײנטלעך קומען זײ אָן זעלטענער און װערן באַלד אױספֿאַרקױפֿט.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.