אין פּראָג דאַרף מען זיך נישט שרעקן

Walking Without Fear in Prague

הרבֿ מאַניס באַראַש שפּאַצירט איבער די גאַסן פֿון דער אַלטער שטאָט אין פּראָג
Matej Stransky
הרבֿ מאַניס באַראַש שפּאַצירט איבער די גאַסן פֿון דער אַלטער שטאָט אין פּראָג

פֿון דאָנאַלד סנײַדער (Forward)

Published July 01, 2015, issue of July 24, 2015.

הרבֿ מאַניס באַראַש, אַ חב״ד־רבֿ, גייט שוין 20 יאָר איבער די גאַסן פֿון פּראָג, טראָגנדיק אַ באָרד און אַ שוואַרצן קאַפּעליוש, און האָט נאָך נישט געהאַט קיין איין אַנטיסעמיטישן אינצידענט.

אין פֿאַרגלײַך, האָט הרבֿ שניאור קעסלמאַן, דער חב״ד־רבֿ אין מאַלמע, שוועדן, שוין איבערגעלעבט אָן אַ צאָל פֿיזישע אַטאַקן, און ווערט אַפֿילו באַצייכנט ווי „דער גערודפֿטסטער ייִד אין אייראָפּע‟.

אויך אַנדערע אייראָפּעיִשע ייִדן, וואָס „דערוועגן זיך‟ צו טראָגן בפֿרהסיא רעליגיעזע ייִדישע סימבאָלן ווי, למשל, אַ יאַרמלקע, דערציילן, אַז זיי ווערן אָפֿט מאָל אַטאַקירט. אין טולוז, פֿראַנקרײַך; אין בריסל, פּאַריז, און אין קאָפּענהאַגען האָט מען שוין דערהרגעט ייִדן בלויז צוליב דעם וואָס זיי זענען ייִדן.

ווי קען מען דערקלערן דעם דראַמאַטישן אונטערשייד צווישן די איבערלעבונגען פֿון די צוויי חב״ד־רבנים?

די אָרטיקע ייִדן פֿאַרזאַמלען זיך אין דער „פּינקס־שיל‟ אין פּראָג, דעם 8טן מאַרץ, כּדי אָפּצומערקן דעם אָנדענק פֿון די 4,000 טשעכישע ייִדן, וואָס מע האָט דערהרגעט אין בירקענאַו אין 1944
Matej Stransky
די אָרטיקע ייִדן פֿאַרזאַמלען זיך אין דער „פּינקס־שיל‟ אין פּראָג, דעם 8טן מאַרץ, כּדי אָפּצומערקן דעם אָנדענק פֿון די 4,000 טשעכישע ייִדן, וואָס מע האָט דערהרגעט אין בירקענאַו אין 1944

לויט דער גלאָבאַלער אַנקעטע פֿון 100 לענדער, דורכגעפֿירט פֿאַראַיאָרן דורך דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟, האָבן בלויז 13% בירגער אין דער טשעכישער רעפּובליק אויסגעדריקט אַנטיסעמיטישע שטעלונגען — איינער פֿון די נידעריקסטע פּראָצענטן אין אייראָפּע. אָבער אין שוועדן איז עס געווען נאָך נידעריקער: 4%. אויך אין אַנדערע לענדער, וווּ דער פּראָצענט אַנטיסעמיטישע מיינונגען איז נידעריק (האָלאַנד — 5%; ענגלאַנד — 8%, און דענמאַרק — 9%), איז, פֿון דעסטוועגן, געפֿערלעך אויסצוזען ווי אַ ייִד אויף דער גאַס.

איין דערקלערונג איז, אַז יענע לענדער האָבן אַ גרויסע מוסולמענישע באַפֿעלקערונג פֿון אימיגראַנטן, וואָס קומען פֿון לענדער, וווּ בערך 74% האָבן אויסגעדריקט אַנטיסעמיטישע מיינונגען. אין דער טשעכישער רעפּובליק זענען טאַקע פֿאַראַן זייער ווייניק מוסולמענער, אָבער דאָס איז נישט דער גאַנצער ענטפֿער, ווײַל אין די שכנותדיקע לענדער — פּוילן, אונגערן און אוקראַיִנע — וווינען אויך זייער ווייניק מוסולמענער, און דאָרט איז דער אַנטסעמיטיזם אַ סך העכער: אין פּוילן — 45%, אונגערן — 41% און אוקראַיִנע — 38%. ייִדן וואָס טראָגן יאַרמלקעס און אַנדערע אָנזעעוודיקע ייִדישע סימבאָלן אויף דער גאַס אין די לענדער, רופֿן אָפֿט אַרויס אַנטיסעמיטישע רעאַקציעס. אָבער אין אַן אַנקעטע פֿון די טשעכן אין 2010, האָבן 68% געזאָגט, אַז זיי האָבן ליב די ייִדן, און 70% האָבן באַצייכנט די ייִדישע קולטור ווי אַ פּאָזיטיווער כּוח אין דער טשעכישער געזעלשאַפֿט.

מאַרסעלאַ זופֿאַלאַ, פֿונעם „פּראָג־צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס‟ אינעם „שאַרל־אוניווערסיטעט‟ האָט באַמערקט, אַז די קאַנדידאַטור פֿון יאַן פֿישער, אַ שטאָלצער ייִד, פֿאַר דער פּרעזידענטשאַפֿט אין 2013, איז אַ בולטער בײַשפּיל פֿונעם פֿילאָסעמיטיזם אין לאַנד. פֿישער, וועלכער האָט פֿריִער געדינט ווי אַ צײַטווײַליקער פּרעמיער, איז ווי אַן אומאָפּהענגיקער קאַנדידאַט געקומען אויפֿן דריטן אָרט, געווינענדיק מער ווי 800,000 שטימען.